רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 14 ביוני 2019

האהרוני: האבא לא רצה את השידוך עם גיסו בעל אחותו - "מייזליש" פאמיליע אונטער א מיאוס'ע אויסגעשפראכענע אטאקע מצד אדמו"ר מהר"א מקרית יואל

מאת סאטמארי

ביי א מיטונג פון זיינע ראשי הקהלה פון ניו-יארק געלאזט פאלן די פאלגענדע ווערטער: די מייזליש משפחה זענען אוממענטשן איינער ביי איינער * דער טאטע ז"ל האט בכלל נישט געוואלט דאס שידוך מיט רד"ב * פאדערט זיך נישט צו טאן מאכן פון די "דמעות יללות התנינים" פון משפחת מייזליש עס איז פאלשע וויינערייען * איסור דריסת הרגל פאר רח"צ מייזליש אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון צו פירן די מינדעסטע זאך * ווער עס שטיצט זיין "קמחא דפסחא" גוט געלט פאר טעראר אין פאשקעווילן * בני ברק פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר * גאנצטע קהילות פון מהר"א מקרית יואל איבער די וועלט ווערן חרוב ווי ת"ח ות"ט.
בני ברק.- וואס עס גייט פאר אין בני ברק ביי די קהילה פון מהר"א האט קיינער נישט געקענט פאראויסזעהן, אפילו די איצטגניני פרעה וואלטן עס נישט געקענט שרייבן פון פאראויס, אזוי ווי קיינער האט נישט געקענט גלייבן מיט 25 יאר צוריק אז ר' ישראל פון וויזשניץ וועט נאך אמאל זיין דער רבי פון קרית וויזניץ אין בני ברק, האט קיינער נישט געקענט פאראויזעהן אז די שטערקסטע באזע פון מהר"א וועט צוברעקעלט ווערן אויף פיצלעך, פאר נארישקייטן פון קמצא בר קמצא, די גרעסטע קטני אמנה מיזן שוין מודה זיין אז דער באשעפער איז גרויס, אין עוד מלבדו.
מהר"א מקרית יואל איז אריין א משוגעת אז זיין פלומעניק (בן אחותו ווי ער רופט עם) ר' חיים הערש מייזליש וויל עם ירשנ'ען בחייו, און ער פירט מיט עם א מערכה כבדה מיט אלע מיטלען, און לצורך דעם המטרה מקדשת את האמצעים, און ער האט באשלאסן אויסצומעקן די גאנצע "מייזליש" פאמיליע וואס זענען געשטאנען מיט עם האנט ביי האנט ביי די מערכה קעגן זיין ברידער מהרי"י מסאטמאר.
נעכטן מיטוואך נאכט ד' נשא האט ער פאררופן א מיטונג פון אלע ראשי הקהלה זיינע פון ניו-יארק, פון קרית יואל, וויליאמסבורג, מאנסי, בארא פארק, לייקוואוד, בני ברק, צו באהאנדלען די "מייזליש" געשיכטע פון בני ברק, מיט איר אומפאראויסגעזענע סיטאאציע, אז רח"צ מייזליש האט 70 פראצענט פון קהלה מיט זיך, קעגן די אויסגערופענע מיינונג פון זייער רבי'ן מהר"א מקרית יואל.
דער רבי דער מהר"א האט דארטן געגאסן פעך אין שוועבך אויף גאנץ משפחת מייזליש, ווען אלע זיינע ראשי קהלה האבן מיט געשאקעלט מיט עם "הן", אזוי ווי זיי וואלטן געשטאנען פראנט פון א "קאפא" ביים צוויטן וועלט קריג, און מורא געהאט עם פארהאלטן און עם זאגן דעם אמת: רבי האסט געכאפט א נערוון בראך.
דער יו"ר ההנהלה פון בני ברק יחזקאל ראטער האט געלאזט הערן איבער א שעה צייט דאס מציאות המחלוקת וואס גייט דארטן פאר, און אראפגעלייגט מייזליש אלס א שוואכלינגער, א פערזאן אן א רוקן, און האט גע'טענה'עט אז וואס נאר מ'האט דורכגעפירט אין בני ברק אין די לעצטע 20 יאר, אפילו וואס מייזליש איז געווען פארמישט דערין, איז אלעס נאר בזכותו, אנדערש וואלט דארט גארנישט געקענט געשעהן.
דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז מייזליש מיט זיינע קינדער שטייען אונטער אלע רודערייען און אלע אטאקעס, און עס איז נתברר געווארן די זאך מעל לכל ספק.
יעצט וועט איר הערן די פנינים היקרים ודבש נופש צופים וואס דער מהר"א מקרית יואל האט געלאזט הערן אויף זיין שוואגער זיינע פלומעניקעס נעפיו'ס און די גאנצע ברייטע מייזליש פאמיליע, אומגלויבליך, עליונים ששו ותחתונים עלזו.
די באריכטן זענען פון 3 אידן וואס זענען געוועזן אנוועזענד דארטן.

ערשטע באריכט:
דער רבי גערעדט אויף בעריש, בעיקר דאס אומענטשליכקייט געגעבן א משל אז ווען געווען באזוכן יעצט פסח בעריש געליגן מיט א רויז, האט מען נישט אריינגעלאזט דעם יואלי פריעדמאן (דער בילדער מאכער), אן עסקן וואס איז זיך מקריב פאר 53 סטריט, און דאס ווייזט ווער בעריש איז.
דער טאטע האט נישט געוואלט מאכו דעם שידוך מיט בעריש, און מ'האט פון עם צער מיט עגמ"נ.
ווייטער איבער חיים הערש האט ער אראפגעלייגט די גאנצע פרשה אז מ'האט אים געשיקט צו א פסעכיאטער און ער האט פונקטליך ארויסגעהאט וואס ער האט אין מיינד ביי זיך, און איך ווייס אלעס וואס ער וויל.
חיים הערש שטעלט א פנים ווי א "נרדף", זאל יעדער וויסן אז ער איז א "רודף", איך האב געהייסן ער זאל אפשטילן די מערכה דארטן, ער זאל ווארפן 3 יונגעלייט מחוצפים פארפירער'ס און ער פאלגט נישט, ער טוט גארנישט, דאס מיינט אז ער שטייט אונטער אלעס, ער איז א "רודף".
ובעיקר מען זאל נישט ווערן באנומען פון זיי (מייזליש'עס), און נישט אויסהערן וואס זיי רעדן, זייערע "דמעות יללת התנינים" איז פאלש, זייערע וויינערייען איז כולו פאלש עס איז נישט מער ווי א "פלעי", וביותר זיין געווארענט נישט צו געבן געלט דארט, ווייל אלעס גייט פאר פאשקעווילן, ער איז אליין איבערצייגט אזוי, און דער עולם ווייסט אז א מערכה און פאשקעווילן קאסט אסאך געלט
בנוגע אברהם שלמה כץ (זון פון ר' אלי' ז"ל וואס עס איז דא א געדאנק עם אויפצונעמען אלס רב) האט ער געזאגט אז ס׳איז דא 3 מהלכים, אדער מאכן רב, אדער אויסקויפן מיט געלט, אדער זיך אנפייפן, למעשה ער גייט אים נישט מאכן רב יעצט, גראדע ער איז דא געווען יו״ט ער קוקט אויס א פיינער אינגערמאן, ער האט געבעטן מען זאל אים געבן א שיעור אין ביהמ״ד

צווייטע באריכט:
די רבי האט זיך אופגערעדט אויף אלע בערישס קינדער.  וויפעל ער טיט פאר זיי. אויסגערעכנט אלע קינדער בייזינדער  אלעס וואס זיי האבען בייקומען וועזשעס, שטעלעס, געלטער, אפי זיי זענען נישט ווערט.
מיינע קינדער האבן מיר שוין די פארגאנגענהייט פארגעהאלטן פארוואס זיי האבן נישט קיין נארמאלע וועידזשעס, פארוואס? ווייל מיר הייסן נישט "מייזליש" ?
דער רבי זאגט ער וויל מזאל מחזק זיין די קהילה די מוסדות דארטן די הנהלה, .. מזאל געבען דאס "גרעסטע כבוד" פאר חיים הערש, אבער ביי זיך אין "זכרון מאיר" שוהל, זאל ער אלעס ווייטער פירן, אבער נאר דארטן, אבער אין די גרויסע שול אין שיכון קען ער נאר קומען ווען מ'רופט אים רעדן.
חיים הערש מעג נישט גיין נאך געלט, ער איז נישט אין די הנהלה רוחניות, ער מעג נאר זיין אין ישיבה גדולה מיט די טיטל ראש הישיבה
און ער האט נישט קיין דריסת הרגל אין בית המדרש אין שיכון
דער רבי שטיל געמאכט חזקאל ראטער אינמיטן רעדן און געזאגט דער עולם האט שוין גענוג געהערט. א גוטע נאכט.
איינע פון די עוולות פון ר' בעריש, וואס דער רבי האט אויגערעכענט, אז ווען די רבי איז געקומען באזיכן חול המועד פסח ר' בעריש צוליב דאס וואס ער איז געווען אין שפיטאל, האט מען נישט אריינגעלאזט פיקטשער פריעדמאן. מיט דעם האט ר' בעריש געטשעפעט דעם רבין.

דריטע באריכט:
די רבי האט דערציילט אז בערישס קינדער האבן אים געברענגט אין די פארגאנגענהייט א פארמאכטע ענוועלאפ בריוו פין די שוועסטער ע"ה (חייקי) ווי זי האט געבעטען ער זאל קעיר נעמען פין אירע קינדער.. ער האט זיך אופגערעדט אויף אלע בערישס קינדער. איינס ביי איינס.  וויפעל ער טיט פאר זיי. אויסגערעכנט אלע קינדער בייזינדער  אלעס וואס זיי האבען באקומען, ער האט יעדן אויסערעכענט ביים נאמען די מענער מיט די ווייבער מיט די שנורן וכו' און אראפגעריסן יעדן כיד הטובה עליו, און זיי באשולדיגט מיט טענות.
לגבי בעריש האט ער געזאגט, "מ'מיינט אז איך ווייס נישט וואס גייט פאר אלע יארן אין 53 וואס פיסטעוועט און ווייטאגט געפערליך, נאר איך שווייג אין איך שטופ ווייטער כדי נישט צו טשעפענען קיינעם".
מאטכע אהרן האט ער געזאגט איז אן עקסטערע פרשה פארזיך, און עס איבעריג צו רעדן, פרעגט אברהם בראך.
מענטשן טענה'ען וואס דארף מען זיך צו טאן מאכן פון בני ברק עס רעדט זיך פון א 300 אידן, לעומת דעם איז דא טויזענטער אידן איבער די וועלט וואס ארבעטן געטריי. אבער עס איז נישט אזוי, די פון בני ברק ברענגען אן הרס אין די גאנצע וועלט.
דער רבי האט געזאגט: "דערציילט דא איינער, אז איינער וואס האט עפעס שלום געמאכט אין בעלז האט ער אים געשיקט קיין ב"ב  פראבירן שלום צומאכן. איז ער צוריקגעקומען אין געזאגט סאטמערע רבי אויב איר ווילט ס'זאל זיין א קהילה אין בני ברק זאלט איר ארויסווארפן חיים הערש, דער רבי האט פארלאנגט מ'זאל מחזק זיין די קהילה.
מזאל געבען דאס "גרעסטע כבוד" פאר חיים הערש. ביי זיך זאל ער אלעס ווייטער פירן. אבער אין די גרויסע שיל קען ער נאר קומען ווען מ'רופט אים רעדן. אין ווען זיי קומען פאר קמחא דפסחא זאל מען זיי נישט געבן קיין געלט ווייל דאס גייט פאר פאשקעווילן

דער סיכום פון אלע 3 באריכטן איז ווי פלגענד:
א) אסר עליו להיכנס לבית המדרש הגדול בשיכון - למעט כשמזמינים אותו.
ב) אסר על חסידיו לתרום כספים ל'קמחא דפסחא' של בן אחותו, בתואנה שזה הולך לטרור ולפשקווילים.
ג) לגבי הצוואה של רב הקהילה הרה"ג ר' אליהו כץ זצ"ל למנות את בנו ר' אברהם שלמה כ"ץ לממלא מקומו, הציע האדמו"ר שלושה מהלכים: 1) למנות אותו כרב באופן מיידי. 2) לקנות את רבנותו בכסף. 3) להתעלם מהצוואה.
בהיעדר החלטה ברורה בעניין, מינה אותו האדמו"ר כמגיד שיעור בביהמ"ד הגדול בשיכון.
על אם הדרך האט ער אויך אויסגעטאן אלע בגדים פון ר' אברהם שלמה כ"ץ און עם געלאזט אזוי אין גאס, עם ארויסגעברענגט "שבועות" קיין קרית יואל און עם פארשווארצט ביי אלע סאטמארער נגידים און זיין טאטנ'ס ידידים אין סימפאטיקער אלס אן "אהרוני", עם באשמיצט אלס א ביליגער מענטש וואס האט אן "הוא אמינא" צו זיך לאזן אויספארקויפן מיט זיין טאטנס צוואה פאר געלט, און דערנאך האט ער עם אהיים געשיקט צוריק קיין בני ברק, אן א געלט, אן א פאסטן, נאר מיט די מינימאלע בקשה פאר'ן ציבור אז מ'זאל עם געבן פארלערנען א שיעור אין ביהמ"ד אין שיכון, וואס דאס מיינט צוזאגן אז פון די נעקסטע וואך גייט מען זעהן אין ביהמ"ד ר' אברהם שלמה כ"ץ פארלערענען א שיעור פאר די גרעסטע בלוט צאפער'ס און שופכי הדם ורוצחי אביו זצ"ל, ווי הערשל האלצער, יואלי דאסקאל, שלום יצחק דאסקאל, קותי בראך, הערשי ווייס, איציק ווייס וכו' וכו', די אלע וועלן זיך אוודאי צוזעצן צום שיעור כדי לקיים רצון צדיק.
עס האט נאך קיינער נישט געקענט מסדר זיין דעם ר' אברהם שלמה כ"ץ אזוי מיאוס ווי מהר"א האט געטאן.
בני ברק פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר, יונג און אלט רעדן אויף מהר"א כאחד הריקים והפוחזים, גאנצעטע אהרוינישע קהילות איבער די וועלט גייען צוגרונד און ווערן חרוב ונחרב און אויסגעמעקט ווי די אידישע קהילות ביי ת"ח ות"ט.
און יעדער דארט זאגט: דער רבי איז אראפ פון זינען, ווער ווייסט ל"ע וואס דער מארגענדיגער טאג גייט ברענגען, מי יודע מה יולד יום מה יולד מחר!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.