דער סופרים קאורט זאגט אז מ׳מעג דאווענען אין רעגירונגס געביידעס - און אז ס׳איז ערלויבט דורך די קאנסטיטוציע.
דאס וואלט געדארפט שאפן א גרויסע שמחה ביי אלי אידן אז די רעגירונג קען נישט שטערן אידן פון דאווענען אין ערגעץ נישט. און מיר קענען פראקטיצירן רעליגיע אומגעשטערט ב״ה -
אבער ניין!
ס׳איז ביטערע נייעס !
ס׳איז א געפערליכע צרה!
פארוואס?
ווייל די משנאי ה׳ - די רשעי ישראל מיט די ברייטע ביבער-היטן טראגן עס נישט דורך! זיי זענען קראנק פאר כעס! זיי האבן געשאטן מיט טויזנטער פאשקעווילן
🛑 אז דער סקול דיסטריקט איז כפירה ומינות!
🛑 אז דער סקול דיסטריקט איז אפען שבת ויום טוב!
🛑 אז די סקול דיסטריקט באסעס פארן שבת קודש!
🛑 אז דער סקול דיסטריקט רייסט אויס דעם שם השם!
🛑 אז דער סקול דיסטריקט האט א קראצמעך בוים!
🛑 אז דער סקול דיסטריקט שמדט אויס די קראנקע קינדער!
זיי וואלטן געוואלט אז די רעגירונג זאל צווינגען צו שמד, ווייל דעמאלט וואלטן זיי געקענט יובל׳ען און טאנצן!
עס איז אבער פארקערט:
עס שמייסט זיי אין פנים היתכן אלע זייערע שקרים איז געפאלן אין סוער - און דער סקול דיסטריקט האט געראטעוועט טויזנטער אידישע משפחות !
און זייערע קינדער פארן גאר אויך די באסעס!!! בחנם אין כסף!
נאך 30 יאר פון די בלוט בלבולים קעגן סקול דיסטריקט - פארן אלע קינדער און אייניקלעך פון יענע פאשקעוויל נאכער אויף די באסעס פון סקול דיסטריקט יעדן טאג!
ס׳איז א פאקט:
מוסדות ויואל משה שע״י זלמן לייב טייטלבוים - פארקויפט זיך פאר געלט - און נעמט באסעס פון סקול דיסטריקט!
הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן - פון גאנץ ברוקלין ווערן געראטעוועט דורך דעם סקול דיסטריקט!
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.