רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 5 ביוני 2019

הערות על דרשת הרב הגאון שאולזאהן שליט"א אודות העירוב בוויליאמסבורג יצ"ו - הזאלונים הוכיחו שאינם שווים כלום

 \
שלום וברכה מא-לקי המערכה לכבוד העומד בראש מערכות ישראל מגן ומחסה אוהבן ואהובן של ישראל יחיד במינו לשונו ועטו מאירים כבזק הגאון רבי חיים שאולזאהן שליט"א

ויאריך ימים בבריאות הגוף ונפש עם כל בני ביתו באושר ועושר ונחת עד ביאת מלכא משיחא

באתי בבקשה הנה אנכי דר כל השנים יותר מששים שנים כאן בוויליאמסבורג יצ"ו ו. והיה כאן מערכות כבדות מאוד כידוע לרו"מ . גם נגד כבודו , ואין כאן המקום להאריך 
אבל עכשיו בשבת העבר הראו בפירוש שכל מערכותיהם היו שלא לשם שמים בכלל רק אני ואפסי וכל שיטתם ומחאותיהם הכל הבל ורעות רוח שחיללו שבת בפרהסיא ופיזרו שנאת ישראל ברשעות שאין דוגמתה וביזו את רבם ורבינו מרן בעל ויואל משה זי"ע שהראו לכל העולם שרק נצחון היו כל מלחמותיו רח"ל .
נא ונא בכל לשון של בקשה לפרסם היום את המודעה ששלחתי לכמ"ע עם ה15 טעמים  שאדרבה המחאה בשבת העבר היה בבחינת ונהפוך הוא שאדרבה נתחזק הכח נגד סאטמאר ב"ה בתוך וויליאמסבורג
כל הדברים שנכתבו שם הם בהשכל ובחשבון


די פראטעסט וואס איז פארגעקומען פאריגע וואך שבת אין וויליאמסבורג  איינמאל אין 16 יאר איז א געוואלדיגע טובה פארן גאנצן ציבור אין וויליאמסבורג.


קודם כל הקדמה קצרה.   וויליאמסבורג באשטייט היינט ב"ה פון א סאך קהילות .חוץ די זאליס.  קודם די אהרונים ,פאפא וואס איז איינס פון די גרעסטע, ווין, בעלזא,סקווירא, מאכנובקא, באיאן, קלויזענבורג,וויזניץ בני ברק, 2 קהילות, נאך א סאך קלענערע וויא למשל סאמבאטהעלי, אודווארי, קאלוב, סטרופקוב, ספינקא, בראשוב, מונקאטש, טשערנאוויץ, מאכנובקא,  צעלעם, ראחמיסריווקא, באבוב, וכדומה וואס די אלע רבנים און רעבעס זענען פארן עירוב אף על פי וואס עס איז דא א שרעקליכער טעראר פון די זאליס וואס זייערע בחורים שלעפען שייטלעך פון פרויען און זיי דערשרעקען יעדען שבת פרויען מיט אלע מינים קולות אזוי וויא די ציגיינער און פארטאריקאנער כדרך סאטמאר מימים ימימה ,

 אויפטוען פונעם פראטעסט איז וויא פאלגענד

1 ... פון 25 טויזענט משפחות מיט בליעה"ר נפשות איז ארויסגעקומען נאר א קומץ קטן כמעט נאר עקסטרעמע זאליס

2 רוב עקסטרעמיסטן רבנים אפילו  פון די זאליס זענען נישט ארויס געקומען בכלל , אפילו זייער אייגענע רבי זלמן לייב איז נישט ארויסגעקומען צום פראטעסט. און וויא למשל טודרוס זילבער ראש הטעראר , צבי מילער מאראד, משה מאיר בריעף , הרב לייטנער ,וכדומה ,

3  די זאליס האבען די ערשטע מאל אליין מודה געווען און געשריבען אויף אלע זייערע צעטלעך און אין זייערע צייטונגען אז מען זאל נישט נאכשרייען קיינעם נאר רוהיג זינגען כדת של תורה , נו! האבען זיי אליין מודה געווען אז די אלע נאכשרייערס יעדע וואך זענען נישט כדת תורה.

4 ווען די ליובאוויטשע אין תשל"ז וכדומה פלעגען קומען זינגען אויף די גאסען האבען די סאטמארע דעמאלס זיי געשלאגען מיט די הענט און פארגאסען בלוט (היינטיגע יוגענט גלויבט שוין נישט די אמאליגע רציחות וויא מען געשלאגן אלע רעביס מיט די הענט און מיט ווארפן פלעשער ,{ האדמורי"ם מקרעטשענעוו האדמו"ר הזקן מקאלוב ,קלויזענבורג, ניקלסבורג, אדמו"ר בעל ישועות משה} ) היינט ב"ה זענען די סאטמארע וויא א פאפירענער טייגער אהנע ציין זיי בילען וויא הינט און קענען מער נישט הויבן ב"ה קיין הענט מפני מוראה של מלכות וד"ל.

5 יעצט האבען זיי שוין אויסגעשאסען די לעצטע פיילן און פיניש , זיי קענען גיין פייפן אזוי וויא דער הייליגער גאון וצדיק רבי פישעלע זי"ע האט געזאגט "זאלען די סאטמארע בלייבן מיט צינג און שרייען , און אונדז כלל ישראל  בלייבט  ב"ה  מיט א כשרען עירוב לנצח נצחים עד ביאת גואל .

6 די סאטמארע זאליס האבען באקומען אזא פנים ביי נארמאלע מענטשען,  אזוי וויא די ברסלבע משוגעים וואס גייען זינגען אויף די גאסען, און די שוואנצנים פון וויזניץ וואס זינגען די שיטה הקדושה פון שוואנצאנעס . , און וויא די משיחיסטן וכדומה זיי האבען פארלוירן זייער מענטשליכע פנים.

7 עס האט ארויסגעוויזן אז אלעס איז נאר טעראר . מען האט געמיינט אז זיי האבען א שיטה . דערווייל האט זיך ארויסגעוויזן אז אלעס איז נאר אני ואפסי, אני אמלוך, גארנישט מיט גארנישט , מען זעהט דאך אז די פריערדיגע גדולים וויא מרן החזון איש אדער הגאון רבי משה פיינשטיין זי"ע האבען ניטאמאל רעגירט אויף די שיטה ווייל זיי האבען געהאלטן אז עס האט גארנישט צוטון מיטן שולחן ערוך אדער רמב"ם סתם א געפיל זאך וויא עסן לאקשען קוגל שבת וכדומה.אזוי וויא הגאון קאטלער האט בפירוש געזאגט אז דאס סתם סאטמאר פאליטיק.
8   זיי שרייבען אז דער רבי זי"ע האט געהאט א ווייטן בליק ער האט מורא געהאט אז אין פופציג יאר ארום ווען עס וועט נישט זיין קיין עירוב וועט מען נאך אלץ טראגען ,  נו! אז ער האט געהאט א ווייטן בליק און ער האט מורא געהאט וואס וועט זיין ווען ער וועט זיין אויבן, פארוואס האט ער נישט מקיים געווען יפקוד ה' איש על העדה פארוואס האט ער נישט געלאזט צוואה וואס זאלען מיר טון, יא אויפנעמען דעם סיגעטער אדער נישט, (עס איז דא וואס זאגען אז ער האט טאקע געהאט א ווייטן בליק און ער האט געוואלט אז זלמן לייבס זון רבי יעקב בער שליט"א זאל ווערן רבי ווייל יעדער האט געזעהן וויא דער אפגעריסענער שוטה חיים הערש ט"ב איז געגאנגען אויף די גאס וויא אקעלבעל בניגוד וואס זיין שווער הרב אפרים און זיין הייליגער פעטער אב"ד מאקאווא איז א א גרויסער שטיצער פונעם עירוב.

8   עס האט געוויזען אז די זאליס סאטמארע גלויבן נישט אין באשעפער און האלטן נישט קיין שבת , זיי האבען געוויזען פאר די גאנצע וועלט און פאר זייערע אייגענע קינדער  אז מען האט געדינגען גויים אדער יודישע גויים צו מאכען שבת קודש פיקטשעס בריש גלי אהנע בושה און זיי זענען עס מפרסם אויף אלע זייערע בלאגס. בושה תכסה פניכם א שטיק בלאף און צביעות, מחללי שבתות בפרהסיא פאר פאליטיק .
9 זיי שרייען אז דער רבי זי"ע האט געזאגט אז א זאך וואס ער האט נישט געשריבן בפירוש קען מען נישט בויען אויף מעשיות, אפילו אלע מעשיות פון הייליגען בעש"ט  צו פון קערעסטיר צו פון קאמארנא אדער אנדערע צדיקים רובם ככולם איז שקר וכזב .וויאזוי קען זיין אז עס נישטא ניטאמאל א טעיפ אדער איין ווארט פון רבין זי"ע וועגען דעם הארבען איסור פון עירוב . הלמאי איז עהם גארנישט אנגעגאנגן די גאנצע זאך געוואלד!!!
10  עס איז נתגלה געווארן אז דער גאנצער ספר "דברי יואל " איז שוא ושקר רח"ל  ווייל אז עס איז דא א בפירושער בריעף פון נאמן ביתו פון רבין הרב יוסף אשכנזי ז"ל אז דער רבי האט געהאלטן פונעם עירוב אין וויליאמסבורג . און די זאליס  שרייען אז דאס איז שקר . דער רבי האט דאך נישט געשריבען די ספרים דברי יואל נאר רבי יוסף אשכנזי איז מדהא ליתא הא נמי ליתא אדער גלויבסטו רבי יוסף אשכנזי אדער נישט, מעיק אפ יור מיינד , ביי די זאליס איז דער דברי יואל טאקע שקר ווייל זיי שטיצען די אויערבאכס קוקניקעס , און זיי מאכען א מסע המלכות קיין מדינת ישראל.
11  וויאזוי קען זיין אז עס איז נישטא קיין אונטערשריפט פון רבין קעגן דעם עירוב אין תשכ"ב אדער אין תשל"ט ווען די ליטווישע האבען געהאקט קעגן א עירוב אין מאנהעטען פארוואס האט דער רבי זי"ע נישט אונטערגעשריבן
12  פארוואס איבעראל מאכט סאטמאר א עירוב , אין ירושלים, בני ברק, טבריה, מירון, אנטווערפן, מונרו, מאנסי, אין אונגארן אלע שטעט,  מה נשתנינו מכל המקומות
13  אדרבה  !!!!!!     דער פראטעסט  האט ב"ה א סאך שטערקער געמאכט די געטראגעכצער . עס האט געוויזן אז זיי קענען מער גארנישט טון, דאס איז געווען די זאליס טויט מארש און שוין
עס איז געווען יענעם נאכמיטאג פול די גאס מיט קערידזשעס ב"ה לענג את השבת אזוי וויא רבי יוסל אשכנזי שרייבט בשם דעם רבין זי"ע  און אזוי וויא אלע נארמאלע קהילות אין וויליאמסבורג האלטן   און אזוי וויא עס איז געווען די מיינונגען פון די רבנים מייסדי היישוב אזוי וויא עס שטייט אין אלע זייערע בריוון
14    און לאז זיין וויא זיי זאגען אז דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון עירוב, האט ער דען געהייסן נאכשרייען פרויען און מיידלעך  פע!!! פע!!! שעם אן יו סאטמאר . אזוי וויא דער דרך הבעש"ט האט געמעגט בטל ווערן רח"ל אזוי קען דעם רבינס שיטה אויך בטל ווערן, ער איז דאך נישט גרעסער פון הייליגן בעש"ט ותלמידיו הקדושים, מען זעהט אז פערציג יאר נאכען רבינס הסתלקות חאלישט דער עולם נאך מעשיות פון תלמידי בעש"ט הקדוש און לערנט זייערע ספרים מיט דורשט . אדרבה מען פארט אויף ליזענסק קערעסטיר וכדומה
15  זייער איינציגער כח איז נאר ווייל דער אנדערער עולם די עירוב טראגער שומרי שבת זענען איידעלע יודען . זיי קענען אויך צוריקשרייען וויא חיות. דאס איז געווען אייביג דער כח פון סאטמאר ווייל די אנדערע חסידים פון גדולים וצדיקים האבען קיינמאל נישט צוריקגעשריגען . ווען עס וואלט ארויסגעקומען א פאר הונדערט אידען און געשריגען דו שייגעץ שלמה לייב וויינבערגער טמעניק און אפילו אויפן רבין . דעמאלס וואלט זיך דער טעראר אויפגעהערט ווייל א עזות פנים אדער א טעראריסט פארשטייט נאר טעראר שפראך . אבער אונדז אידען טוען נישט כמעשי הרשעים הללו . אזוי וויא די הייליגע גמרא זאגט בשביל שוטים האלו וואס פירן זיך אויף וויא ווילדע חיות זאלען מיר אויך ווערן חיות ח"ו און דאס איז זייער כח וד"ל.
סך הכל אין כאן לא שיטה הקדושה ויואל משה ולא שיטה של שוואצנות ולא התנגדות לעירוב אבל יש כאן אני ואפסי , טעראר שבטעראר, רשעות, חילול שבת בפרהסיא דורך גויים ,ויש כאן א חברה משוגעים וואס גייען זינגען אין גאסען אזוי וויא אפגעפליקטע אקסען און וויא בהמות שאין להם בושה וכלימה , און נעבעך זייערע קינדער וועלן יארן שפעטער לאכען פון די אויסגעפאשטע נאראנים. השם ישמרנו און אויפגעטון האט מען א מכה בדופן . וויליאמסבורג איז נישט זייערס . עד ביאת גואל צדק וואס דעמאלס וועט ער אנווייזען מיט זיינע פינגערס אויף די וואס האבען מענג געווען דעם הייליגן שבת און זיך פארלאזט אויף דברי חז"ל צו טראגען מיטן הייליגען עירוב . אשריכם ישראל וואס פייפן אהן און לאכען זיך אויס פון די אלע פינסטערע טעראריסטן למיניהם ,

טייערע יודעלעך!!!   אי"ה אין 16 יאר ארום ביים נעקסטען שבת פראטעסט אין וויליאמסבורג  וועלען מיר נאכאמאל שרייבן .

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.