מאת ניקלשבורגער
באָראָ פּאַרק. – מיט התרגשות'דיגע געפילן גרייטן זיך תושבי באָראָ
פּאַרק צום געהויבענעם טאָג "ל"ג בעומר" ווען טויזנטער אידן וועלן
אי"ה זיך ווידעראַמאָל פאַרזאַמלען כאיש אחד בלב אחד לכבוד התנא האלקי רבי
שמעון בן יוחאי, ביים צענטראַלן "מעמד הדלקה" וואָס וועט אָפּגעראָכטן
ווערן ברחובה של עיר אויף די זעצכנ'טע עוו. אָנגעפירט דורך
הגה"צ פאמ"ק רבי מרדכי זאב הלוי יונגרייז שליט"א האדמו"ר
מניקלשבורגּ און מ'וועט א לענגערע צייט זיך משמח זיין לכבוד היום.
די "ניקלשבורגער הדלקה" אין באָראָ פּאַרק, איז א יערליכע
געשעעניש אין די נאַכט פון ל"ג בעומר, וואָס ציט כסדר א ריזיגן ציבור משתתפים
פון אַלע שיכטן און קרייזן פון איבער די גאַנצע שטאָט און אויך פון אַנדערע
מקומות. די הדלקה ווערט אָנגעפירט דורכ'ן ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א וועלכער
איז נודע בשערים מיט זיינע אויסטערלישע פעולות לחיזוק הדת, און מקרב צו זיין לבבות
בני ישראל לאביהם שבשמים. בית מדרשו פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א איז כסדר
א תל תלפיות פאר אידן וועלכע טרעפן ביים רבי'ן שליט"א א וואַרעם הארץ און
אָפענע אויער פאר אַלע זייערע געברויכן, און דער רבי שליט"א איז שטענדיג עומד
הכן יעדן אַרויסצוהעלפן מיט הארץ און געפיל וואָס איז אין לשער.
להמשך כנסו כאן:
באַזונדער איז דער ניקלשבורגער רבי שליט"א באַקאַנט מיט זיינע
געוואַלדיגע פעולות אין די זומער וואָכן, ווען דער רבי שליט"א פירט אָן דעם
באַרימטן ביהמ"ד קהל ניקלשבורג דוואדבערין, זייענדיג עסוק יומם ולילה כמעט
בלי הרף, אויפצונעמען די מאַסן מתפּללים, אָנצופירן מיט די מנינים, פאַרטיילן מדי
דמיזן, זאָגן א גוט וואָרט און שענקן א סבר פּנים יפות פאר די צענדליגער טויזנטער
אידן וואָס דרייען זיך דאָרט דורך במשך די זומער-וואָכן.
טאַקע איצט, בעת עס גייען אָן די גרויסאַרטיגע הכנות צו די
צענטראַלסטע געשעעניש איבער'ן יאָר אינעם ניקלשבורגער הויף, דער מעמד ההדלקה
קומענדיגן ל"ג בעומר, איז דער רבי שליט"א גלייכצייטיג שטאַרק טעטיג מיט
די הכנות צו עפענען די וואודבערין שול אויפ'ן קומענדיגן זומער, און פאָרט כסדר נסיעות
הין און צוריק אָנצוגיין מיט אַלע פעולות לטובה.
בעיקר גרייט מען זיך בעזהשי"ת אויפ'ן גרויסאַרטיגן מעמד ההדלקה
וואָס וועט אָפּגעראָכטן ווערן קומענדיגן מיטוואָך נאַכט, אור ליום ל"ג
בעומר, וואָס ווי אַסאַך זענען מעיד, האָבן די געהויבענע ריקודין דעם אויסקוק ווי
אין אתרא קדישא מירון זעלבסט, ווען אידן טאַנצן און פרייען זיך בשמחה רבה לכבוד
התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי.
דער מעמד וועט אָפּגעראָכטן ווערן אויף די ברייטע גאס פאָרענט פונעם
ניקלשבורגער ביהמ"ד אויף 4912 16טע עוו. אויפ'ן אייגענאַרטיגן
"ניקלשבורגער שטייגער" וועט אַלעס זיין צוגעגרייט אויפ'ן ברייטן
שטייגער. פון איין זייט וועט זיין צוגעגרייט א ריזיגער שטח וואו דער אש המדורה פון
די הדלקה וועט אָנגעצינדן ווערן דורכ'ן ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א. די הדקלה
זעלבסט וועט זיין גוט אַרומגעצוימט, כדי צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת אַז עס קומט
נישט לידי סכנה, און רינגס און אַרום וועלן אָפּגעראָכטן ווערן די געהויבענע
פייערדיגע ריקודין, וואָס וועט אָנהאַלטן שעות נאָכאַנאַנד מיט גרויס
פייערליכקייט, אָנגעפירט דורך עטליכע קאַפּעליעס בעלי מנגנים און מוזיקאַנטן,
בראשות דעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א וועלכער וועט כדרכו פאָרזינגען עטליכע
ניגוני התעוררות ודביקות.
בין הפרקים וועט מען אויך האָבן דעם כבוד צו הערן ווארימע ווערטער
פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א בגודל קדושת היום און איבער דאָס גרויסקייט
פון דעם מעמד, ביי וועלכן מ'קען פועל'ן ישועות ורפואות ממש ווי אין אתרא קדישא
מירון, וסדנא דארעא חד הוא.
דערצו וועט דורכ'ן ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א זיין צוגעגרייט אויף
עטליכע מקומות איבער דעם גאַנצן שטח, פילע באַקסעס מיט קאַלטע געטראַנקן, זיך צו
קענען אָפּקילן אינמיטן די ריקודין, און אַזוי וועט מען ווייטער ממשיך זיין בשמחה
ובצהלה ביז שפּעט אין די נאַכט אַריין. אויך וועט מען אויף א באַזונדער אָרט קענען
אָנצינדן ליכט, ווי עס ווערט געברענגט אין ספה"ק בני יששכר דאָס גרויסע ענין
פון מרבה זיין בנרות אין דעם גרויסן טאָג.
דער מעמד ההדלקה וועט זיך אָנהייבן מיט תפלת מעריב אין ניקלשבורגער
ביהמ"ד, ווען גלייך נאָך מעריב וועט דער ניקלשבורגער רבי שליט"א יורד
זיין לפני התיבה צו ספירת העומר, וואָס ער וועט אי"ה פאָרציילן כדרכו מיט
גרויס נעימות, מיט א קול מנגן ובנוסח נעים, כמנהגו מדי לילה בלילה, ווען דער רבי
שליט"א לייגט אַראָפּ א מורא'דיגע עבודה ביי ספירת העומר וואָס איז כובש
לבבות ישראל מיט א געוואַלדיגן חשקות און נעימות. באַזונדער וועט דאָס התרגשות
שטייגן ביים ציילן ספירת העומר ביום ל"ג בעומר, און גלייך דערנאָך וועט מען
ארויסגריין לרחובה של עיר אָנצוהייבן דעם מעמד נשגב פון די הדלקה לכבוד היום.
דער מעמד אַנטשפּרעכט צו זיין גאָר א פייערליכער און געהויבענער וואָס
וועט מיטשלעפּן יונג און אַלט זיך משמח צו זיין לכבוד היום.
לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.