מאת סאטמארי
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
גיגאנטישער "ניו יארק סטעיט ארמארי" אין קראונהייטס פולקאם גרייט צו אַקאָמאָדירן צענטראַלן סעודת הודאה כ"א כסלו
מיט די פולסטע מאס עקסטאז און שמחה דקדושה גרייטן זיך רבבות אלפי ישראל, תלמידי וחסידי סאטמאר, רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ראשי ישיבה און די תלמידים, דיינים ומורי צדק, זקני שארית עמך בית ישראל, הונדערטער געסט פון איבער גרעיטער ניו יארק און די ווייטע קאנאדא, אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע זענען נאך אויסגעוואקסן על ברכיו פון רבינו הק' בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, טייערע איידעלע אינגעלייט וועלכע זענען שוין אויסגעוואקסן על ברכי כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, תלמידים וחסידים וועלכע זענען דבוק להאי אילנא דחיי, כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א – צו דעם געהויבענעם מעמד רבתי אדיר ונשגב, די צענטראלע "סעודת הודאה כ"א כסלו", וואס וועט ווערן געפייערט היינטיגן מוצאי שב"ק פר' וישב, לס' "למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו", אינעם גיגאנטישן בנין, "ניו יארק סטעיט ארמארי" אויף בעדפארד עוו. אין די קראונהייטס געגנט, הארט נעבן וויליאמסבורג, צו פייערן די 69'טע יום הצלה והשחרור פונעם גרויסן בעל הנס, מרן רבינו הק' מסאטמאר זי"ע.
צו דער געהויבענער און היסטארישער מעמד ווערן ערווארטעט טויזנטער און טויזנטער אידן מרחבי ניו יארק רבתי און ארום, יראי ה' וחושבי שמו, תלמידים וחסידים וועלכע האבן געהאט א שייכות און קשר מיטן בעל הנס מרן הק' זי"ע, און האלטן זיך אומבויגזאם מיט די הייליגע שיטה פון התבדלות מרשעים, וועלן שטראמען בקול רינה ותודה המון חוגג זיך מתאחד צו זיין בהאי חבורתא קדישא, ביי דעם דערהויבענעם און פריידיגע געלעגנהייט, ווען עס ווערט געגעבן א שבח והודאה צו השי"ת אויף די נסים ונפלאות וואס ער האט געטוהן מיט כלל ישראל מיט ניין און זעכציג יאר צוריק, ביז צום היינטיגן טאג, "ועל החסד אשר אתה עתיד לעשות עמי", די ווייטערדיגע סייעתא דשמיא און השגחה עליונה, "אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו", מיט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, "ברוב עם הדרת מלך".
דער גאנצער ציבור החונים על דגל סאטמאר קוקט ארויס מיט שפאנענדע בליקן צו דעם גרויסן מאמענט, ווען עס קומען זיך ווידער צונויף אזויפיל שווערע רבבות אידן חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, בראשות גדולי תורה והוראה הרבנים הגאוה"צ שליט"א, צו חזר'ן משנתו הבהירה והטהורה, וואס שאפט אן אומגלויבליכן בילד פון צבאות קודש רבבות רבבות מישראל, אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים.
דער היי-יעריגער מעמד טראגט א ספעציעלן באדייט, זייענדיג אינעם אנהייב פונעם אכטן יאר נאך די התחדשות המוסדות הק' אין די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואס דאס ברענגט הייליגע און אינערליכע געפילן ביי אלפי ישראל מיטצולעבן דעם געהויבענעם מעמד נשגב.
אין לויף פון די לעצטע זיבן יאר איז דער כתר שם טוב עולה פון די מוסדות הק' אויסגעשטיגן צו א מאקסימום וואס איז ערמעגליכט געווארן נאר בכוחו ובזכותו פונעם מייסד הקדוש דער הייליגער רבי זי"ע. ב"ה אז ס'איז געלונגען אהערצושטעלן א שטאב פון מחנכים און מחנכות, משופרא דשופרא, דאס בעסטע וואס דער היימישער ציבור פארמאגט. עס איז נישט געשפארט געווארן קיין געלט און קיין מיה, צו פארזיכערן אז אין אלע ברענטשעס שטייגט מען לויט די בעסטע מעגליכקייטן.
וחפץ ה' בידם הצליח, די עבודת הקודש וואס ווערט אריינגעלייגט דערקענט זיך גאר גוט, בעיקר אויף די אומגעהויערע נחת רוח און הנאה וואס דערקענט זיך אויף די טויזנטער עלטערן פון די תלמידים ותלמידות כ"י, וואס כולם פה אחד זענען מלא שבח ותהלה אויף דעם ריינעם חינוך וואס ווערט אריינגעלייגט אין די קינדער, מיט א געטרייע צוזאמענארבעט פון די מחנכים און מחנכות, וואס איז ממש א שם דבר אין די גאנצע וועלט, וכתר שם טוב עולה על גביהן.
גלייכצייטיג וועט דער צוזאמענפאר פון אזויפיל טויזנטער אידן, דינען אלס א כינוס תלמידים וחסידים וואו די פילע טויזנטער און טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן פארברענגען בשבת אחים גם יחד עטליכע שעה נאכאנאנד, און זיך אנשעפן במלוא חפניים תורה ויראת שמים ווי אין די גוטע יארן בחיים חיותם פון רבותינו הק' זי"ע.
אין די לעצט-פארבליבענע טעג ביז צום געהויבענעם מעמד וואקסט די שפאנונג ביי תלמידי וחסידי סאטמאר צו דעם געהויבענעם אווענט, ווען עס ווידער ווערן ארויסגעצייגט דער מעכטיגער כח הקדושה וואס רבינו הק' זי"ע דער בעל הנס האט אויפגעשטעלט, און עס וועט ווידער ווערן איבערגעצייגט ווי זיין הייליגע האראוואניע האט אן המשכה לדורות עולם, און ווערט ווייטער געפירט על פי דרכו הסלולה תחת דגלו ונשיאותו פון מ"מ כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א.
-כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם!-


אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.