*התעוררות'דיגע נסיעה איז פארגעקומען נעכטן אין אתרא קדישא מירון לרגל ימי הרחמים והרצון.*
בני ברק.
אין די נאכט שעה'ן האט זיך אנגעזעהן א גרויסער פארקער אין שיכון קרית יואל אין בני ברק ווען הונדערטער אנ"ש אברכים ובע"ב, רבני ולומדי הכולל, ובחורי חמד דישיבה"ק האבן זיך ארויס געלאזט קיין אתרא קדישא מירון פוקד צו זיין מקום מנוחתו וציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין די הייליגע טעג עשי"ת ווען יעדער איד בעט זיך אויס א שנת גאולה וישועה.
און די באשטימטע שעה האט מען זיך צוזאמגענומען און די יד עזרא זאל אין מירון ווי מ'האט געזינגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט *מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א* אויפגעטראטן בדברי כיבושין און מעורר געווען דעם חושב'ן ציבור איידער מ'גייט ארויף צום הייליגן ציון.
עס האט זיך אנגעזעהן ביים מעמד התעוררות א שיינער ציבור צווישן אנדערע *הרה"ג ר' חיים משה לעווי שליט"א ר"י טשערנאביל ב"ב ומרבני הקהילה, הרה"ג ר' מאיר לייפער שליט"א ר"מ בישיבת חכמי לובלין ומרבני קהילתינו הק', הרה"ג ר' יחזקאל טעלער שליט"א ראש כולל באר מנחם, הרה"ג ר' פנחס ברוך לעבאוויטש שליט"א, משפיע רוחני בי"מ ברך משה ומרבני קהילתינו, הרה"ג ר' אלימלך דאווידאוויטש שליט"א, הרה"ג בנש"ק ר' יעקב יצחק לאבין שליט"א, און הרה"ג ר' חיים דוב בלאשטיין שליט"א מרביצי תורה בקהילתינו.*
*חברי וועד הנהלת הקהילה, הרה"ח ר' נח קליין הי"ו, הרה"ח ר' יוסף חיים וויינפעלד הי"ו, הרה"ח ר' שמואל דוב קליין הי"ו.*
דערנאך האט זיך דער ציבור ארויף געלאזט דעם בארג פון מירון אל עבר הציון הקדוש פון התנא האלוקי ווי עס האט אנגעהויבן מיט אמירת תהילים *הרה"ג ר' חיים משה לעווי שליט"א* ווען מ'איז אנגעקומען צו שיר המעלות ממעמקים האט מען געזאגט די קאפיטל פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות אין איז פארגעזאגט געווארן דורך *הרה"ח ר' אברהם יעקב שווארץ שליט"א* לאנגיעריגער בעל תפילה און די הייליגע טעג בבית מדרשינו אין זכרון מאיר, און מיט זיין הארציגע שטימע אריינגענומען דעם גאנצן ציבור אין א העכערן אטמאספער ווי יעדער האט שופך דמעות געווען לישועה ורחמים על הכלל ועל הפרט.
דערנאך האט מען געזאגט סליחות ברוב עם הדרת מלך לבקש ולהתחנן לפני אדון כל שיקבל את תפילותינו לרחמים ולרצון צום עמוד איז צוגעגאנגען *הרה"ג ר' מאיר לייפער שליט"א*.

און
די שפעטע נאכט שעהן האבן זיך די הונדערטער אנ"ש זקנים ונערים ארויס געלאזט
אויפן וועג אהיים קיין בני ברק מיט אויסגעבעטענע הערצער און האפענוג צום
בוכ"ע זאל אונז פארשרייבן א נייעם זיס יאר מיט ברכות לרוב, שמחה ונחת, און א
גמר חתימה טובה.
*קבל ברחמים וברצון את תפילותינו בזכות אדונינו בר יוחאי*

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.