איך שרייב דיר צוריק אויף דיין פראגע וואס די האסט מיר געשיקט וי פאלגענד:
איז דער וועג צו מאכן שלום צווישן אנ"ש אין בני ברק איז שרייבן פאשקעווילן ???
גייען מיר טאקע באקומען יעדן איינציגן טאג אימיילס פון מחלוקת אין בני ברק???
איז אמת אז סאטמאר בני ברק און די פאשקעווילן גייען זיך קיינמאל נישט געזעגענען ???
ס'דערמאנט
מיר די באוואוסטע עפיזאד, מיט א שטעטל אינדערהיים וואס איז געשטאנען ביי א
גרעניץ צווישן צוויי לענדער, די אידעלעך פון יענעם שטעטל האבן פארשטייט
זיך אוועקגעשטעלט א חברה קדישא, גמילות חסד של אמת, היות אין דעם שטעטל איז
נישט געווען קיין בית הקברות, און יעדן נפטר פלעגט מען אריבער טראגן צום
אנדערן זייט גרעניץ האבן די וועכטער שוין געוואוסט, אז ווען ס'איז דא א
לוויה לאזט מען אלעמען אריבער דעם גרעניץ, ווי מען גיבט אפ דעם כבוד אחרון
פארן נפטר, און באלד נאך די לוויה קומען גראד אלע מלווים צוריק, אזוי איז
דאס אנגעגאנגען לאנגע יארן, איינמאל האבן די וועכטער באשלאסן צו עפענען דעם
ארון און בודק זיין דעם 'נפטר' זיי האבן באלד געכאפט וואס דא גייט פאר,
און באלד ארעסטירט אלע 'מלווים' פארן שווערצן ביים גרעניץ, די אלע 'מלוים'
האבן אנגעהויבן צו וויינען האבן זיי די גרעניץ-וועכטער ערקלערט אז יעצט
וויינט עטס?!?! ביים לוויה ווען ענק וויינען וואלט אונז גארנישט געווען
פארדעכטיגט.
תמצית הדברים פון די משל זאגט איין זאך: וואלט איהר געוויינט פריער, וואלט איהר יעצט נישט געדארפט וויינען!!
די
צד הרודפים הידועים פאר די לעצטע צוואנציג יאר אין בני ברק, האבן זיך
לעצטנס דערזעהן אין א שווערן פראבלעם, דעם ערשטן מאל אין די היסטאריע וואס
ס'איז דא נאך אידן וואס זאגן א דעה, און מ'טיילט זיי איין וואס צו טוהן,
וואס טוט מען? מ'האט זיך צוזאם געזעצט אלע חכמים, און ס'איז געפאלן די
החלטה "מ'גייט שרייבן פאשקעווילן" א קלוגע זאך, באמת א שטארקע זאך, וואס
גייט מען שרייבן?! איז אזוי, נישט קיין נ"מ וואס שטייט אין דעם פאשקעוויל,
איין זאך גייט מען זייער שטארק לייגן א דגוש, אז אין יעדן פאשקעוויל גייט
מען שרייבן ראש ישיבת מהרי"ט, יועץ ראשי פון ראש ישיבת מהרי"ט, איינע פון
די יועצים פון ראש ישיבת מהרי"ט, די קינדער פון ראש ישיבת מהרי"ט, די
אייניקלעך פון ראש ישיבת מהרי"ט, די טיש און בענקלעך פון ראש ישיבת
מהרי"ט.
נעבעך
נעבעך די גאנצע וועלט לאכט פון זייער קליין קאפ, ווי קומט דער ראש ישיבה
דא אין בילד, אין די צייט ווען יעדער ווייסט קלאר אז דער ראש ישיבה איז
אינגאצן נישט קיין צד אין די פרשה.
איין זאך וויל איך אייך זאגן: וואלט איהר געוויינט פריער, וואלט איהר יעצט נישט געדארפט וויינען, איהר
האט שוין פארשפעטיגט דעם באן, מ'האלט יעצט נישט אינמיטן די לוויה, מ'האלט
שוין לאנג נאכן כאפן דעם שטיק, די גאנצע וועלט ווייסט שוין היינט ווער
זענען די רודפים און ווער זענען די נרדפים.
איי
שטעלט זיך א קשיא וואס איז די עוולה צו שרייבן א פאשקעוויל? די צד הנרדפים
האבן אויך געשריבן פאשקעווילן במשך די לעצטע צוויי יאר?!
שתי תשובות בדבר:
א)
דארט איז געווען א מצב אן קיין שום אחריות פון קיינעם, ס'איז געווען א
גרופע פון אפגעליטענע אידן און יעדער האט געשריבן וואס ער וויל, ווי ער האט
נאר געהאט א פענע, און ביי וועלכן קאמפיוטער ער האט זיך נאר אוועק געזעצט,
און אזא פנים האט טאקע געהאט די פאשקעווילן.
מצד
שני ביי די צד הרודפים קענען זיי נישט זאגן יעצט אז איינער האט זיך אוועק
געזעצט ביי א קאמפיוטער שרייבן וואס ס'שמעקט איהם, וויל ווען ס'וואלט
געווען א מציאות ביי די צד הרודפים אז יעדער טוהט וואס ער וויל וואלט במשך
די לעצטע צוויי יאר געווען מאסן פאשקעווילן, נאר וואס?! היות אלעס ארבעט
דארט ווי א כת און די ראשי הכת האבן די פילסטע שליטה אויף יעדן איינעם, און
יעדע זאך ווערט געמאכט דורך קלארע הוראות, סיי צו מ'זאל נישט שרייבן און
סיי צו מ'זאל יא שרייבן איז ביז יעצט נישט געווען קיין פאשקעווילן, און לעת
עתה האבן זיי געטוישט אסטראטעגיע.
ב)
די צד הנרדפים האבן במשך די צוויי יאר נישט געהאט צו וועמען צו רעדן האבן
זיי בלית ברירה געשריבן און זיך מסביר געווען און געשריגן און געוויינט פאר
הילף, און זעה טאקע ווי וואונדער איבער וואונדער, אפילו זיי זענען נישט
קיין כת נישט און קיין מסודר'דיגע גרופ פון אסטעבלישמענט, באלד ווי ס'איז
געקומען דער וועד האט זיך דאס באלד דערקענט און זיי האבן באלד אויפגעהערט
צו שרייבן, און די צד הרודפים האבן זיך יעצט צוגעזעצט צום שרייב טישל...
און דא קומט נאכאמאל אריין די מעשה:
וואלטן זיי געוויינט ביי די לוויה וואלטן די וועכטער נישט חושד געווען ...יעצט שרייבן זיי?! זיי האבן שוין פארשפעטיגט די באן!
נאך
איין פרט וויל איך דיר צולייגן לגבי ווער זענען די רודפים און ווער זענען
די נרדפים, איז אזוי, בעצם וואס זאל איך שרייבן, איך מיין אז איך גיי זיין
סתם חוזק אויב איך וועל זיך מתייחס זיין צו די נושא, ווייל ס'איז זייער א
קלארע זאך, איך פארשטיי אז יחזקאל וכת דיליה וואלטן גע'חלש'ט צו זיין די
נרדפים און די אנדערע צד זאלן זיין די רודפים אבער די מבקשי האמת פארשטייען
אז א רודף און א נרדף איז נישט עפעס וואס מ'קויפט זיך איין אין גראסערי
נאר א מציאות, ווער ס'רודפ'ט איז א רודף, און וועם מ'רודפ'ט איז א נרדף.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.