רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 1 בינואר 2016

אונטערן וויליאמסבורגער טעראר

לכבוד הרה״ג ר׳ חיים שאולזאהן שליט״א

מאכט נישט קיין טעות אז מען רעד דא פון טעראר ביי די דייטשען ימ״ש אדער ביים קרעמלין, ניין מען רעד פון די חסידישע טעראר וואס גייט שוין אהן יארען

דאס ערשטע מאל אין די געשיכטע וואס א רבי איז ארויסגעקומען אפען אין א צייטונג און באשריבען די טעראר וואס ער האט מיטגעמאכט לא עלינו ולא עליכם.  דער עולם גלייבט שוין ניטאמאל,  עס איז געווארן א ערד ציטערנישט אין וווילאמסבורג, דער עולם גלייבט נישט וואס מען זעהט מיט די אויגען און מען האט זיך דערלעבט ב״ה.

דער עיקר פחד איז , אז נעקסטע וואך גייט דער מאמענט באשרייבן דעם טעראר פון הרב החסיד רבי מענדל וועכטער וואס מען האט עהם שיעור געהארגעט רח״ל
נאכדעם דעם טעראר אקעגן חיים שאולזאהן וואס מען האט שיעור געהארגעט דעם ארבעטער זילבער

נאכדעם די טעראר וואם הרב הגאון ר׳ חיים לייב כ״ץ שליט״א סערדאהעלער רב האט מיטגעמאכט פון די רשעים

נאכדעם די טעראר פון הרב החסיד קארפ וואס מען האט עהם אפגעשניטן די בארד אזוי וויא נאציס

נאכדעם די טעראר וואס דער אלטער קלויזענבארגער רבי האט מיטגעמאכט וואך נאך וואך וואס מען האט געשריגן אין אלע גאסען און אין אלע חדרים ״דער קלאצענבארגער גלח זלמן לייב הלבש״ט ימח שמו וזכרו״
נאכדעם די טעראר וואס הגאון הגדול רשכבה״ג רבי משה פיינשטיין זי״ע האט מיטגעמאכט פון די שקצים

נאך היינט גייט אהן דער  פינסטערער טעראר ממש אזוי וויא די טמנע דזשיהאד קעגן הגאון ר׳ פישעלע שליט״א ווייל ער טאנצט נישט נאך נאך זייערע שקאצערייען
יונגעלייט מיט טמנע בחורים שרייען נאך יעדען שבת אויף די גאסען פון וויליאמסבורג נאך פרעמדע פארהייראטע פרויען שרייען זיי ״ שעם זיך ששאבעס״  זיי דערשרעקן נעבעך אומשולדיגע פרויען מיט פיצלעך קינדער
אלעס ווערט אנגעפירט דורך די הויפט טעראר אגענטן וואס פירן שוין טעראר יארן און יארן 

יאסעלע פליעט דער שייגעץ שבשקצים הויפט פון טעראר בריגאדע צוזאמען מיט זיין חבר צימערמאן זיצען שבת אין א  קאר רח״ל און שרייען נאך פרויען און מיידלעך ״שאבעס״  

לאמיר האפען אז יעצט הויבט זיך שוין אהן זייער פינסטערער פארדינטער סוף 

מען איז יעצט מפרסם אין אלע צייטונגען אויף די וועלט זייער רשעות מדור דור

מען זעהט עין בעין אז אפילו דער צדיק ומשפיע הגאון רבי אלימלך בידערמאן שליט״א איז מכבד דעם גאון הגראי״ל
שליט״א ער פייפט זיין אהן 

אויך וויזניצער רב פון וויליאמסבורג גייט בריש גלי צום כותל ער פייפט זיין אהן כדבעי למיהוי
והיתה לה׳ המלוכה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.