רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 1 באפריל 2015

מנשה לוסטיג / פסח ע''ה מאמרים

כ'קען נאכנישט זאגן א גוטן פרילינג, ווייל די וועטער איז נישט איינשטימיג מיט מיינע ווערטער.
אבער מיר האלטן שוין היבש געציילטע מאמענטן בעפארן הייליגן יום טוב פסח, ווען מיינע געפילן מאכן מיר שפרונגען פון די הויט.
אט אט וועט מען זוכה זיין צו די הייליגע מצות, וואס וועט אונז רייניגן און איבערטוישן דאס גאנצע חיות אויף עפעס העכערס.
אלע הארעווען אריין אין די טעג, ווער טרייבט ארויס די חמץ, ווער ברענגט שוין אריין מיט פרייד די לעכטיגקייטן, מ'ארבעט נאך אריין מיט שווייס און מיה, אז דער קעניגליכער נאכט זאל זיין מיט שלימות און גלאנץ.
אט יעצט, קוק איך מיר אום, און כ'זע מיין רשימה מיט נאטיצן זענען פוהל..

להמשך תכנסו כאן:

 
ווי סאך זענען זיי מיינע געדאנקן, וואס איך גלייך צו פארשרייבן און פארציילן, דווקא פונעם קלייטל אוואו איך הארווע אריין טאפעלט אין די דאזיגע טעג, און ווי עס שוויצט זעך לאכט זעך..
ווען פון יעדע שטאלפער וויל איך מאכן דערפון א ארטיקל, למען תספר, וואס איך האב אין הארצן, און זאלן נאך באשעפענישן פארגעניגן שעפן פון  מיינע שורות און געדאנקן.
פונעם פסח סעזאן קאן מען ליבערשט שרייבן א באזונדערע ביכל.. א כשר לפסח'דיגס..
און אז כ'וועל אנהייבן וועט זיך עס אויסציען א מגילה, די אלע סיפורים וואס איך לעב אריבער ביז איך קום אן צום חסל סידור פסח א אויסגעארבעטער טייגל, און מיט א ריכטיגע שנת העובד מיט א מתיקות שווים איך אריין אינעם היסב בעטל, און מ'קען זאגן שנעל מאכן קידוש כדי די טאטע זאל נישט איינשלאפן אבער ס'איז ונצעק צו טויבע ווענט, איך שלאף אריין ביז נרצה.
אז יודען זענען ארויס פון מצרים, און ארויס משעבוד לגאולה, איז עס ביי מיר נישט קיין כאילו..
ממש יצאתי מיטן נשמה אין האנט! איבערלאזנדיג א לאנגע רשימה פון כל דכפין און כל דיצריך'ס.. מיט אומ'פארענטפערטע פראגעס און דאגות פון א צאל הונדערטע קונים, און קונים'טעס וואס זענען מיר אריבערגעלאפן כבני מרון, און כ'האב מיט אלע געהאט א דין ודברים, און קוים ארויס פון דארט מיט רויטע אויגן און שווארצע גלידער.
רויט פון מוטשעניש און מידע טעג און נעכט נאכאנאנד, ארבעטן מיט די עשר אצבעות אין די בלאטיגע ירקות און אומ'געוואשענע ערד עפל.
נו מיט וואס הייב איך אן שילדערן מיין איבעלעבעניש, פונעם ערב פסח סעזאן?

עס פאלט אריין מיט א שטורעם ווען דער ציבור ערקלערט זיך נצרכים, און מיר מוזן זיי באזארגן דעם יו''ט מיט מצרכים, זאל עס זיין אזעלכע פראדוקטן וואס מאנכע נעמען ניטאמאל אריין אין מויל ווי גרויס די יאר איז, אבער וויבאלד ס'איז ביליג ווי בארשט, מוז  מען עס איינהאנדלען, און נישט איינס, נישט צוויי, נאר צוואנציג קעסטלעך..
ס'זאל זיין גענוג ביז לבוא חמת.. און מיט שמיץ אריבער, אז די קינדער זאלן קענען פרעגן מה נשתנה, אויף אזא רחבות פון ביליגע פעטרישקע און גראבע בלאטיגע וועטשטיבעלס, וואס אויסער א כזית, ליגט עס אפ ביזן מוצאי אחרון של פסח א געטריקענטע ווארצל..
כנגד ארבעה רעדשיסטערס מדברים, אחד רשע – סתם א שלעכטע מוכר, וואס שרייעט און יאגט די קונים, אחד חכם – וואס ווייסט איך מפטירים אפיקומן פון קונים וואס האבן חובות אויפן קאנטע פון א יאר זיבציג.
אחד תם, וואס איז אינ'איינוועגס א שאינו יודע.. גארנישט ווייסט ער נישט..
יונגערמאן!! הער איך א עלטערע שטימע פונעם אנדערן זייט קראם.
וואס קאסט דע וויזוי הייסט עס?
וויזוי הייסט וואס? די בארשט?
ניין די צוויקל.. די בעריקעס..
וואס ווילט איר, א זאק צו א זעקל, פופציג פונט קאסט דרייסיג דאלער, און איינצעלנע איז ביליכער..
נעם איך איינצעלנע.. און לייגט עס ארויף אויף  מיין איידעמ'ס קאנטע – פינעף און דרייסיג דאלער און זיבעצן צענט, און די איבריגע ברענג איך אריין באלד... [באלד! איר האט קיינמאל נישט געהערט די ווארט באלד?..]
ער קומט באלד, און איך ווער צעפליקט פון נאך עטליכע וואס זענען דיאגנאזירט געווארן אלץ נצרכים לכבוד יום טוב..
יעדער וויל האבן וואס ס'איז נישטא..
הייסט עס אז איר ווייסט נישט ווען ס'וועט זיין צובאקומען שאלאטן?...
ניין, דער מענידשער דארף וויסן, און איר קענט עהם פרעגן, ער זיצט אין אפיס, און איך ווייס נאר וואס מ'רעכנט דא, און וואס ס'שטייט אויפן צעטל וואס מ'האט געטיילט פון די פראדוקטן.
הייסט עס אז איר ווייסט נישט..
איך האב אייך געזאגט, און ס'האט זיך גארנישט געטוישט אין מיין ידיעה שלא נדע, פון א מינוט צוריק.
ווען וועט איר וויסן?...
און איך פראביר אריבערצוגיין דעם פארהער מיט רואיגקייט, 'ניין, כ'ווייס נישט..
זאגט נאר, די ניסלעך זענען אלטע?
ווי לענגער איר דרייעט זיך נעבן זיי, און נאשט פון זיי כלאחר יד, ווערן זיי עלטער און עלטער.. יא!
און דער קאסטומער, יאגט זיך.. איר גלייבט נישט? געבט א קוק ווי ער שפרונגט פון איין רעדזשיסטער צום צווייטן, ביי יעדן עפענט ער אויף א פרישע בלעטל, ביי איינעם לאזט ער הענגן א פעטרישקע און צוויי שאכטלעך קעיז, און ביי א צווייטן פינעף קעסטלעך משקה, און ער ווייסט נישט פארוואס מ'האט טענות אויף עהם.
כ'בין פונקט אזא קונה ווי יעדן..
אמת, אלע זענען ווי עהם, מ'קומט זיי אלעס, און זיי קומען דעם געשעפט גארנישט..
אשר פסח על בתי מצרים.. מ'שפרונגט פון דלפק צו דלפק, און מ'פראבירט לייזן ביליגע ירקות, שהכל קוכן אן קיין געוויכט, אבער מלא השגחות..
סאו איר זענט זיכער אז ס'נישטא..?
איך בין נישט זיכער, איך ווייס באמת נישט.. פרעג דעם מענידשער צום פינפטן מאל..
וואס שרייעסטו? איך מעג פרעגן.. און זאג מיר טאקע, מ'דעליווערט היינט? יא!
ווען? באלד!
ווען באלד?
א רגע נאך וואס איר באצאלט באלד.. קומט א העליקאפטער צו אייער טיר צו לאנדן..
וואס מיינט איר?
כא כא כא.... לאכט ער מיר אריין אין פנים.. און איך מוז שמעקן זיינע נישט געוואשענע לכבוד פסח'דיגע...
דו ביסט גוט.. זאג נאר, פסח'דיגע בעגס האט איר?
יא אלעס איז פסח'דיג דא.
יא, אבער ס'האט א השגחה?
און טאמער יא?
טאמער יא, וויפיל קאסט עס ביליגער פון א גאנץ יאר... איין  מינוט, מיין רעבעצען קלונגט...
מאמי וואס ווילסטו אין גראסערי... פארוואס דארפסטו דאס.. ניין איך קויף עס נישט..
שנעלער רעבע, א גאנצע שורה ווארט אונטער אייך..
אקעי שרייב עס אויף.. ניין נעם דעם טשעק.. ס'איז דרייצן דאלער און אכט צענט..
אייער ביל יעצט איז נאר דרייצן דאלער און פינעף צענט, נעמט אייך דריי פעני..
ניין ניין, לייג עס ארויף, איך וויל נישט נעקסטיים בלייבן חוזק אן געלט, ווען כ'האב געלט לייג עס ארויף..
גרויסע עושר, דריי צענט לייג עס ארויף..
און ער רעדט נאך.. און אריין אינעם אויער פונעם נעקסטן רעדזשיסטער וואס איז בכלל א שונא גדול צו די היינטיג טעכנעלאגיע, און בפרט צו יענעמס טעלעפאן..
און ס'ברעכט אויס מכת ברד, ס'רעגענט קללות אהין און צוריק, איך פארבייס א ליפ צו א ציין, און נעם אן באהבה דעם נעקסטן מוטשעניאק אינעם ליין...
[המשך יבוא..]

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.