רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 26 בנובמבר 2013

הזאלוני סילק את הערשל קלאר

מאת סאטמארער

רבינו שליט"א יעצט ביים סעודת הודאה אין ישיבה גדולה האט מוחה געווען אנטקעגן דעם מחרחר ריב הערשל קלאר וואס האט ארויסגעווארפן היינט אינדערפרי פון איינע פון אונזערע בתי מדרשים א גאר חשובע גבאי צדקה פאר מוסדות על טהרת הקודש הרה"ח ר' זעליג מענדלאוויטש הי"ו, אנגעבליך צוליבן חטא פון זיין נאנט מיט ר' אברהם סלונים פון ירושלים עיה"ק.

דער רבי האט געזאגט ער שפירט א חוב צו רעדן פאר די בחורים דייקא, ווייל געווענדליך ווען עס קומט צו די פאלטשע מערכות פרובירט מען מיטשלעפן די בחורים ווייל זיי איז די גרינגסטע צו פארכאפן אין דעם שוואונג. דער רבי האט געזאגט אז כ'ווייס נישט צי דער איד האט דריסת הרגל אין אונזערס א ביהמ"ד, און ער האפט אז דער איד וועט מפייס זיין דעם חשובן גבאי צדקה ברבים אויפן זעלבן אופן וואס ער האט אים ארויסגעווארפן. אזוי אויך ליגט א חוב אויף יעדן וואס איז דארט געווען צו מפייס זיין דעם איד. מיט אזאכע אקציעס ברענגט מען אונטער דעם חינוך הטהור אין ארה"ק!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.