רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 29 במאי 2022

האכזריות הנוראה בסאטמאר אהרונים בבני ברק


לאמיר פארשטיין וואס דא איז געווען,
די קליפ ווי הערשי הולצער שרייט אויף פרוי נייהויז איז דאך זיס ווי צוקער, די מעשה איז אזוי יחזקאל ראטער האט מחליט געווען זיך צו נוקם זיין אין א טאטע פון איין מיידל (וועגן עפעס א אלטע פריוואטע סכסוך וואס ער האט מיט איהם) האט ער איבערגעגעבן אז זיין מיידל קען נישט פארן אויף שבת קיין זכרון יעקב, די מיידל איז געקומען פארגאנגענעם דינסטאג אין שולע מיט געלט צו באצאלן האט מען איהר געזאגט די קענסט נישט פארן, א טאג דערויף האט פרוי נייהויז גערעדט צו די עלטערן פון די מיידל און שיין ערקלערט אז אייער טאכטער קען נישט פארן, אדער וועט די גאנצע שבת בטל ווערן ווי יענער האט געזאגט שטעך מיר אויס איין אויג און פאר יענעם צוויי,

די מיידלעך האבן זיך אנגענומען פאר די מיידל און איהר געזאגט מיר פארן נישט אן דיר, די שענסטע פון אלעס די מיידל וואס מ’האט איהר נישט געלאזט פארן איז ארויף די ערשטע אויפן באס, און ערשט דערנאך זענען ארויף אלע אנדערע מיידלעך, די סיבה איז ווייל די מיידלעך האבן געוואלט זיכער מאכן אז יענע מיידל פארט, ערשט דערנאך זענען זיי ארויף אויפן באס.

די פרוי נייהוז (מנהלת) האט געזעהן אז אלע מיידלעך פון קלאס נעמען זיך אן פאר יענע מיידל האט זי פארשטאנען אין מלך בלא עם, איך קען זיך נישט קריגן מיט די גאנצע קלאס אבער דאס האט הערשי הולצר נישט פארשטאנען און געשריגן, פרוי נייהויז איז וואס טוט איהר דא, איהר האט דאך א תפקיד.

זיס ווי צוקער

דו נארעלע יא יא דו הערשי דו זעסט נישט איינמאל און נאכאמאל אז דו ביזט קהל’ס נארעלע מ’קען זיך נישט שלאגן מיט א ציבור קלאפ זיך אריין אין קאפ, איהר זענט די מועט דא אין בני ברק, אויך אין די קהילה אויך אין די מוסדות..

תכלית פארוואס טאקע האט ער נישט געקענט אויספירן זיין פלאן דא קומט דער בור כרה.. ער איז לכתחילה געקומען צו גיין מיט די פאליציי זאגנדיג אז מ’גייט זיך שלאגן, ווען די פאליציי האט געזעהן צוויי צדדים האבן זיי מברר געווען וואס דא גייט פאר און געזאגט צו הולצער 'זה לא חוקי' דו ארבעסט קעגן די געזעץ,

​​​​​​​געוויינט ווי דעם ביבער אבער צום סוף אריין אין נעץ

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.