רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 20 ביולי 2021

האהרוני מחלל את החופש וטס במטוס פרטי לשחיטה

ויאכלו ענוים וישבעו

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט דינסטאג געדאווענט גאר פרי באשמורת הבוקר, און תיכף דערנאך אפגעפארן מיט א פריוואטן פליגער פון א נאנטן עירפארט נעבן בעטלעהעם ניו העמפשיר  - אינאיינעם מיט הגה"צ רב ור"מ דקהלתינו הק' אין מאנסי שליט"א  - צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה וואס רבינו שליט"א האט איינגעשטעלט פאר די פלייש געשעפטן שע"י קהלתינו הק', אין פאוסטוויל אייעווא.

אינעם בית השחיטה וועט רבינו שליט"א זיך אויך טרעפן מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וועלכער געפונט זיך די יעצטיגע וואך - לויטן איינגעשטעלטן סדר הדיינים - אויף השגחת קהלתינו אינעם בית השחיטה, און מיט הגה"צ אבדק"ק נייטרא מאנסי שליט"א דער רב המכשיר פונעם ארטיגן בית השחיטה.

רבינו שליט"א וועט אי"ה אדורך גיין אלע סניפים אינעם בית השחיטה פלענט:
די חלקי השחיטה, בדיקה, ניקר, מליחה, א.א.וו., און וועט זיך דערנאך אי"ה אומקערן צוריק קיין ניו העמפשיר שפעט פארנאכט'ס, ווי ער וועט פארבלייבן אויף מנוחת הנפש ביז נאך שבת.

ה' ישמור צאתו ובואו מעתה ועד עולם

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.