רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 3 באוקטובר 2019

יחזקאל ראטטער דרייט שוין ווייטער אן אין בני ברק ??* *סאטמאר גייט ווייטער ליידן בושות וחרפות פין די גאנצע גאס ?

די משתמשים בקודש גייען ווייטער טוהן ככל העולה על רוחם און אונז ווייטער אוועק לייגן דעם יו"ט ??*

וואס איז די אמת'ע סיבה וואס אברהם שלמה כ"ץ באקומט כיבודים אין גרויסן בית מדרש אין בני ברק? יעדער זאגט א צווייטן סיבה, וועגן דעם, וועגן יענץ, 
לאמיר הערן וואס הערשל האלצער האט צו זאגן אויף די נושא, וואס פאר אינטערעס האט די כת פון יחזקאל ראטטער צו מכבד זיין א מענטש וועמען זיי אליינס האבן מוקיע געווען פון קהל במשך 15 יאר?!
הערטס און זאגסט: 
(הערשל האלצער אין א שמועס מיט איינעם נישט קלאר מיט וועמען) 
*ווי האלט דאס, ווי האלט מען דאס מיט אברהם שלמה (כץ), כאפסט וואס דא טוט  זיך,*
(איינער הייבט איהם אן צו ענטפערן און ס'איז נישט קלאר) 
*איך וויל דיר זאגן איין זאך, הערשי, די שרייסט אהאעעעע, דעס אז די מאכסט צו די בית מדרש* (פארן ראש ישיבה) *איז א ישועה, טאמער מעכל* (דער דיין זייערע).... *די ווייסט וואס, מיט מעכל האסטו שוין פארמאכט עפעס, אבער ס'איז נישט אינגאנצן פארמאכט, ווייל מעכל איז דער יוקל'ניג פיקל'ניק, אהאעעע נישט די ווארט* (אזוי זאגט מען אויפן דיין ???!!!) 
*אברהם שלמה... מיט אברהם שלמה האסטו דאס צוגעשלאסן אינגאצן* (דעם בית מדרש אין שיכון פארן ראש ישיבה).

קוקט'ס נאר ווי אזוי ער רעדט אויף זיין אייגענעם דיין, ווען ס'איז נאך נישט אריבער קיין האלבע יאר, וואס ער איז געווען דער רשכבה"ג, דער מלאך המושיע וואס גייט זיי העלפן אויסצופירן זייערע פינסטערע פלענער, אבער אויב וויל נישט מעכל זיין קיין שופך דם בריש גלי איז ער גארנישט ווערד.

אבער מ'קען נישט מוותר זיין די מערכה,

פון זייער זייט זאל סאטמאר גיין שלאפן!!! זאל די גאנצע קהילה אין בני ברק חרוב גיין!!! מ'וועט נעמען א זאלי ש(כ"ץ) זאל דינען די אינטערעסן!!! מ'וועט ניצן דעם שונא פון יארן לאנג!!! מ'וועט איינזאלצן די גאנצע קהילה פאר די קומענדיגע 50 יאר מיט א כ"ץ!!! 

דער עיקר מ'זאל קענען אויסמעקן דעם ראש ישיבה, אלעס ווייל ער האט געטראכט אנדערש ווי יחזקאל ראטטער..

ס'איז ברור כשמש אז ס'גייט נישט נעמען מער ווי א האלבע יאר און מ'גייט איהם אויך ווארפן אויפן דראנג...

א גרויסע חלק פון די מו"מ וואס יחזקאל האט געפירט מיט כ"ץ'ן (אין רחוב בית יוסף אין בני ברק) איז געווען ארום דעם, אז ער טאר נישט בשום  אופן רעדן צום ראש ישיבה ועוד חזון למועד ווי מ'וועט קענען אליינס מיטהאלטן די מו"מ וואס איז געפירט געווארן מיט כ"ץ'ן.

מיטן אריינלייגן אברהם שלמה כ"ץ אין די קהילה לייגט מען אריין א בלוטיגע מעסער אין די 'וועד השלום' און איז קעגן רצון הציבור.

ווי געמאלדן מיט א האלבע יאר צוריק האבן 300 מחברי הקהילה (אן איינגעשטעלטע, וועלכע באקומען געהאלט פון יחזקאל און האבן מורא געהאט) גע'חתמ'עט אויף א בריוו און געבעטן אז מ'זאל נישט איינפירן קיין נייע מינויים אין די קהילה וואס וועט נאר גרעסער מאכן די ריס.

לאמיר האפן אז די 'וועד השלום' וועט נאך מצליח זיין להשכין שלום בינינו און די צייט וואס יחזקאל וכת דיליה ווילן נישט בשום אופן און זיי ווילן אלעס חרוב מאכן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.