רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 13 בספטמבר 2019

הכניעה הסאטמארית לשמד וכפירה תכניס להם 45 מיליון דולר

וואס ליגט אונטער קאַמאָן קאָור?

א גוטע קאשע.


וואס הייסט וואס? ס'איז שקר די גאנצע מאנסע. נישטא קיין שום שינויים בחינוך.
הרה"צ רבי דעוויד קאלמאן  שליט"א דער ערפינדער פון קאַמאָן קאָור איז א עכטע דארכגעווייקטע חסידישע איד, א תלמיד מובהק פון רבין זי"ע. נו גייט ער נישט קיין דלת אמות בלי תפילין.

מען פארציילט נישט אז דער ערפינדער פון קאַמאָן קאָור דער דעוויד קאלמאן  איז אן אטעאיסט, א מין ואפיקורס.

מען פארציילט נישט אז פערלס און די פירער פון די היימישע מוסדות האבן געמאכט א יד אחת. שמור לי ואשמור לך.

מען פארציילט נישט אז פאר די רעגירונג זאגט מען איין זאך, און אויף די קול קורא'ס אין די בתי מדרשים זאגט מען עפעס אנדערש.

מען פארציילט עפעס נישט אז מ'רעדט דא פון מיליאנען דאלאר וואס וועלן אריינפליסן אין די קעשענעס פון די ריזיגע חינוך אנשטאלטן.

פאר די רעגירונג זאגט מען: אונזערע פריווטע שולעס שפארן ענק איין 2 ביליאן דאלאר. זיי מוחל גיב אונז די מעשר (זעה אין טראנסקריפט).

דעם בילדינג אויף 60 העריסאן האט מען ספעציעל געקויפט ווייל עס איז דעזעגנירט פאר א העד-סטארט UPK.  ווייל די בילדינג איז מסוגל פאר עשירות
.
יא די דאזיגע ריזיגע בנין איז שוין אפרוואוד פאר אלע טריפה'נע פראגראמען אלעס צו מאכן מיליאנען דאלאר על טהרות הקודש.

געדענקט: מיר ווילן וויסן דעם גאנצן אמת. גענוג געווען מיט די שקרים וואס מ'פארקויפט אונז.

מיר ווילן פונקטליך וויסן ווי די מיליאנען דאלאר גייען און וואסערע פסלנות'ן עס ווערן אפגעטאן אויף אונזער נאמען אלעס אונטער דעם שיין קלינגענדיגן נאמען קאַמאָן קאָור?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.