רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 13 בספטמבר 2019

מאיימים על הרב וויינבערגער כי יפסלו את הכשריו מפני שיצא נגד לימודי הכפירה והשמד בסאטמאר

הרב וויינבערגער נואם בהפגנה של סאטמאר נגד ישראל במנהטן
נועם המידות פארטיי בתפארתו

•    נאך דעם היינטיגן ארויסטריט פון ר' הלל וויינבערגער קעגן קאַמאָן קאָור, האט מען אנגעהויבן מיט א שטילע אבער גוט געצילטע מערכה קעגן ר' הלל וויינבערגער אז אויב ער ציט נישט צוריק פון זיין שארפן איסור קעגן קאַמאָן קאָור, וועט אים זיין אָך און וויי. ביטער און זויער. זיינע הכשרים וועלן ארויספליען פון זייערע געשעפטן און זיי וועלן אים ווייזן וואס זיי קענען.

•    זיי האבן אויף אים א ים מיט סחורה, קאלטס און ווארעמס, אנגעהויבן ביי די אתרוגים און געענדיגט ביי די גרעיפ דזשוס - זיי ווארטן אויף דעם גרין לייט פון 550 און זיי וועלן אים לערנען א פרק אין הלכות דרך ארץ.

•    דערווייל ווארט מען צו זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן. – גאלאנטער רב האט באשלאסן גענוג איז גענוג. ער וויל מער נישט זיין אונטערטעניג אונטער ר' הלל וויינבערגער און עס איז צייט פאר אים ארויסצוקומען פון די שאלאכץ און זיך ערקלערן זעלבסשטענדיג. ער האט פונקט אזא ווארט. ער מעג מתיר זיין וואס ער וויל, ריגארדלעס וואס ר' הילל ווייבערבערגער האלט.

•    דער מחותן שאפראנער רב האט אויך באקומען א שנעלקע פון ר' משה דוד נידערמאן מיט'ן אצבע פינגער אז ער זאל אפווייכן פון ארויסקומען קעגן קאַמאָן קאָור, אז נישט וועט מען אים אפהאקן די פאנדינג פון TAP און אנדערע פראגראמען, אויף וואס ער און די קינדער מאכן א שיין לעבן.

•    הרה"צ ר' יעקב בער שליט"א (וועמן מ'האט ארויסגעלאזט פון די לעצטע חתימה) קען באשטיין אז זיין טאטע זאל כאפן א שטיקל זעץ, ווייל שמואל גבאי האט אנגעארבעט אריינצונעמען בנו הגדול הרה"צ ר' חיים צבי ירושלימ'ער רב - און ארויסעסן דעם בנו החביב הרה"צ רבי יעקב בער.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.