רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 6 במאי 2019

יחזקאל ראטער אומר כי הראש ישיבה חיים הערש מייזליש יעוף בקרוב מסאטמאר

מאת סאטמארי

היינט ביי מלוה מלכה אין בני ברק ביי *כת מבזי רבינו*, יחזקאל ראטער האלט א רעדע פאר זיינע יונגעלייט
דער ראש ישיבה גייט פליען, מ'קען אים נאכשרייען אין די גאסן, איך סטאפ איהם די געהאלט, און נאך און נאך.

וואך ביי וואך נעמען זיך צוזאם פילע הונדערטער אנ"ש צו פראווען סעודת רעווא דרעווין בצוותא חדא אין בית מדרשינו זכרון מאיר, אין שפיץ פון מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א ווי דער ר"י זאגט דברי תורה, מוסר והשקפה פאר אנ"ש שומעי לוקחו הצמאים לדבר ה' און שעפן זיך אן מיט דא"ח פון רבותיה"ק זי"ע ולהבלח"ט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

און די שבתים פון בין הזמנים קומען אויך די תלמידי הישיבה און זענען זוכה צו זיך משתתף זיין און די דערהויבענע מעמד.

די לעצטע פאר וואכן זענען געווען צווישן די בחורי חמד עטליכע בחורים, וואס זענען קינדער פון די "הנהלת" הקהילה וואס אינדערהיים הערן זיי זיך אן וויכטיגע אינפארמעשן און אויף די גאס זעהט זיך עס ליידער זייער אן...

האבן אט די געציילטע בחורים מחליט געווען אז בשעת ווען מורינו הגה"צ ר"י שליט"א רעדט דברי תורה דארפן זיי וויכטיג שמועסן אין בית מדרש און זיי זעצן זיך קעגן איבער ביים טיש מיטן רוקן צו די אויבן אן, א זאך וואס איז א אויסנאם אין די גאנצע בית מדרש, אלע זיצן נאר אויף איין זייט...

די וואך האבן מחליט געווען עטליכע אינגעלייט אז לא עוד, מ'קען נישט צולאזן אזא זאך , האט א אינגערמאן גענומען די בענקלעך און עס ארויס געטראגן פון בית מדרש...

אבער דא איז אויפגעשפרינגען יואלי כף, גבאי קודש פון חעזקעלע ראטער ימ"ש  און ער האט אנגעהויבן צו שרייען און שלאגן, "מחוצפים..." "גייטס ארויס פון בית מדרש." יא, א גרויסע מחוצף, די שאלה איז נאר ווער איז דער מחוצף, דער יונגערמאן וואס איז מכבד דעם בית מדרש און דעם דערהויבנעם מעמד אדער די בחורים, קינדער פון די "הנהלה" וואס רעדן א גאנצע צייט בשעת רעווא דרעווין???!!!

ב"ה אז השטן לא הצליח.. און זייער געפלאנטע אקציע אז די בית מדרש זאל ווערן איבערגעדרייט איז נישט געלונגען (חעזקל איז פונקט דע וואך נישט געקומען.. און געגעסן סעודה שלישית אינדערהיים זעהט אויס אז ער האט נישט געוואלט זיין ביי די אקציע וואס איז געווען געפלאנט פון פאראויס...)

*אלה ברכב, ואלה בסוסים, ואנחנו בשם השם...*  

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.