רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 6 במאי 2019

המחלוקת בסאטמאר בבני ברק מתלקחת

מאת סאטמארי

עס האט זיך אנגעהויבן די פארגאנגענע וואך, ווען אהרן - בעפאר'ן ארויפגיין צום ציון פון זיין טאטן - האט ער אנגעקאלט חיים הערש מייזליש אין בני ברק, אז ער זאל ארויסווארפן פון די מוסדות די קינדער פון יואל בניאמין, ירוחם בניאמין נחמן יאקאב'ס איינקלעך, אין די קינדער פון חיים ראטער א זון פון הערשל ראטער,  ווייל זיי מאכן גערידער'ס אינערהאלב די קהלה.
חיים הערש האט עם גארנישט גענטפערט, און מיט דעם האט זיך געענדיגט דעם טעלעפאן.
חיים הערש'ס מענטשן זאגן, אז ער רעאגירט אויף דעם רבינ'ס טעלעפאן קאל'ס גענוי ווי דער רבי האט רעאגירט ווען זיין טאטע דער ברך משה פלעג עם אנקאלן אין די נ"ט-ס"ג יארן.
נאך זאגן זיי אז חיים הערש טענה'עט אז אזוי ווי דער רבי האט ביי א דרשה געלאזט הערן קיין בני ברק, אז נאר די הנהלת המוסדות קען עפעס טאן אין די קהלה, ווארפן, אויפזאגן, ארייננעמען, דעריבער וויל ער נישט הייסן קינדער ארויסגיין פון די מוסדות.

אזוי ווי די יונגעלייט, בניאמין-ראטער האבן אריינגעפיפן אין זייער רבינ'ס הוראה, און אזוי ווי די מלמדים אין ת"ת אין די לערעררינס אין סקול האבן זיך אנטזאגט צו קאפערירן מיט די הנהלה און זיין די שטעקענס צו ווארפן די קינדער און זיי האבן פארלוירן שליטה, האבן הערשל הולצער מיט שלום יצחק דאסקאל, וואס שרייבן זיך אונטער פאלשערהייט "חברת קרית יואל" געגאנגען צו די פאליציי זאל הייסן חיים ראטער זאל נישט קענען ברענגען די קינדער אין ת"ת, ווייל זיי זענען בעלעבאס.
פאליציי האט אריבערגערופן ראטער, וואס האט געזאגט פאר די פאליצי אז האלצער מיט דאסקאל זענען נישט קיין בעלי בתים זיי שרייבן זיך אונטער פאלש, דער בעלעבאס פון די בילדונג'ס איז מענדל וואלערשטיין, און די פרשה אין בני ברק איז א אינערליכע מחלוקה וואס דאסקאל מיט האלצער האבן אנגעדרייט.
פאליציי נאכן הערן אלע ביידע צדדים לאזט הערן: גייט אין בית המשפט עס האט גארנישט מיט אונז, מיר מישן זיך נישט.
שבת קודש ביי רעווא דרעווין אין זכרון מאיר, חיים הערש הייבט אן זאגן תורה, א גרופע פון בחורים פון ישיבה וואס זענען אן אופאזיציע צו חיים חיים הערש זעצן זיך אוועק ווי זייער שטייגער יעדע וואך קעגן חיים הערש אין נעמען זיך שמועס ביי די תורה, די אלע בחורים זענען קינדער פון חיים הערש שונאים, א זון פון יוסף יהודה כהן געוועזענער גבאי, א זון פון הערשל האלצער, א זון פון איציק ווייס, א זון פון חזקאל ראטער, א זון פון יו"ט אילאוויטש.
יונגעלייט האבן זסיי שטיל געמאכט אין אוועקגענומען זייערע בענקלעך, דערנאך קומען אן חעזקאל ראטער'ס חברה יואל כף זיין פאטער גרשון כף, חזקאל ראטער'ס זון דער יונגערמאן, אין הייבן אן שרייען קולות, מ'הייבט נישט אן רעדן אדער זינגען בעפאר מ'ווארט ארויס יואל בניאמין חיים הערש'ס גבאי,
עס ווערט א מאומה פון קולות פאר לאנגע מינוטן (עס דערמאנט שבת חנוכה מיט דוד עקשטיין ביים ברך משה).
שלמה מארקאוויטש נעמט זיך זינגען וראה בנים לבניך, סענדער גרינוואלד ברידער פון יוסף חיים גרינוואלד, באפאלט שלמה זלמן דאסקאל מיט קולות, שרייענדיג דאס זענען דיינע פירות.
די שוהל האט אויסגעקוקט ווי א שלאכט פעלד, רוב ציבור איז געשטאנען אין א זייט אין זיך נישט געמישט, אבער א פרעמדער וואס איז דארט געווען האט שפעטער געזאגט, אז עס האט איסגעקוקט ערגער ווי פרייע סטודענטן שלאגן זיך אין זייער סקול
פאליציי קומט אן אין זכרון מאיר אין שטייט אונטן אויף די גאס.
בניאמין איז נישט ארויס, אין חיים הערש האט ווייטער געזאגט תורה.
חזקאל ראטער'ס מענטשן לאזן הערן יעצט מוצש"ק אז חיים הערש מייזליש גייט באקומען אן אולטימאטום פון די מוסדות אדער ווארפסטו ארויס די קינדער פון בניאמין-ראטער, דער באקומסטו מער נישט קיין וועידזשעס און אלול איז דא א נייער ראש ישיבה.
המשך יבוא ווי עס קוקט אויס בימים הקרובים

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.