רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 25 בינואר 2022

ידינו שפכו את הדם הזה ידינו דמים מלאו בפטירתו של ר' ברוך יודא לעבאוויטש


ברוך יודא לעבאוויטש איננו! יא בן ר' מעכל לעבאוויטש שליט''א דער וואס האט אונז אויפגעלעבט אייביג מיט א גוט ווארט דער וואס האט אונז געמאכט אייביג שמייכעלען יא דער עלטערער ברודער פון יואלי לעבאוויטשש דער בדחן זאל זיין געזונט! 

קוים 47 יאר אלט ער האט געלערנט מיט מיר אין חדר געשפילט מיט מיר אלץ קינד אין וויליאמסבורג בשכינות געקומען פון א צובראכן א שטוב אבער אייביג געווען דער וואס האט מחזק געווען יעדן איינעם; אויף זיין געזוכט האט ער אויסגעזען דער פרייליכסטער מענטש אויף די וועלט, אונזער טרייסטער אונזער שטארקער גיבור בנפש חבר געווען געזונט און שטארק ביז פאר 2 חדשים צוריק מיט'ן אנקום פונעם אמיקראן וואריאנט פונעם קאראנע ווירוס מגיפה אזויפיל תפילות ישראל אזויפיל זכותים גארנישט געהאלפן פארוואס? ווייל מיר זענען אנטי-וואקסין שוטים און רוצחים! ווען ער האט ווען דעם וואקסין לעבט ער נאך אבער איצט איז ער ענדליך פטור געווארן פון זיינע צוויי חדשים יסורי איוב אין איי.סי.יו. אויף א רעספערעיטער! 

אוי נא לנו כי חטאנו מיר דארפן מער זיך פארשעמען און קריגן מיט אונזערע פריינט און פאמיליע מען זאל יא נעמען דעם וואקסין. אבער ווער האט די כוחות הנפש נאר ברוך יודעלע האט דאס געקענט טאן אבער אים האט דער אייבערשטער צוגענמען פון אונז! 

אונזער געזעלשאפט קען נישט קיין ענגליש און מיר זענען מחונך קעגן סייענס ווייל זיי זענען על פי רוב כופרים וואס גלויבן אין עוולוציע אבער די זעלבער תורה הקדושה וואס זאגט אז מען מוז גלייבן אין א בורא זאגט אויך אז מען מוז פאלגן דעם דאקטער און אז רוב דאקטוירים זאגן אז מען מוז נעמען דעם וואקסין טארן מיר נישט אויסהערן איין דאקטער זאלענקא ח''ו. נאר מען מוז אויסהערן און הארכן 99.99 פראצענט פון די דאקטוירים מיר מוזן נעמען דעם וואקסין אז נישט זענען מיר מאסן מערדער! אן מיר זענען פיל פיל ארגער פון א דאקטער וואס גלויבט אין עוואלוציע. און אונזער דין איז ד' מיתות בית דין וואס כאטש עס איז נישט מעגליך ליידער צו מקיים זיין צוליב גזירות הגלות בין הגוים גלויבן מיר אין א בורא אז איינער וואס איז קעגן דעם וואקסין וועט שטארבן פריערט אדער שפטער איך שעלט נישט איך זאג נאר וואס מיין אמונה איז מיר מחייב צו זאגן והוא רחום יכפר עוון. איך האב געשריבן דעם אימיעל זייער רואיג און מיט א שמייכל ווי ברוך יודא לעבאוויטש מיין איגענט חבר לעילו נשמתו!  

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.