רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 1 בינואר 2020

אדרבה, בואו ונראה עם מי הציבור בסאטמאר בני ברק

מאת סאטמארי

אויב די האסט נאך אלץ נישט פארשטאנען וועל איך דיר מסביר נאכאמאל:

יעדע זאך וואס די כת מבזי רבינו וועט טוהן אן רשות פון די חברי וועד הקהילה וועט ווערן געענטפערט אויף א שטארקע און א שווערע אופן, וואס איז אזוי שווער צופארשטיין?

זיי האבן געמאכט א נייע שיעור אין עזרת נשים אן רשות? מלוה מלכה אן רשות? קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז די ראש ישיבה איז אריין צו מלוה מלכה קאמבינירט מיט הכנה לזאת חנוכה, איך וויל דיך דערמאנען אז א וואך פריער איז געווען אן הספד אין אולם שטערן אין מ'האט יא מודיע געווען פאר זיי אז מ'גייט אין שוהל מיט דעם אלעם האבן זיי נאך אלץ נישט געבעטן רשות פאר זייער מלוה מלכה און פאר זייער נייע שיעור אין ווייבער שוהל.

 זיי ווילן צו שטערן די קביעות'דיגע מסיבה "זאת חנוכה"? האבן זיי באקומען א שווערע ענטפער, אגב זעהט מיר נישט אויס אז זיי וועלן נאכאמאל פראבירן דאס איבער חזר'ן... איבער הויפט אז זיי האבן שוין נישט די אימפארטירטע שלעגער'ס אלע פון זיי האבן שוין חרטה געהאט נאך וואס זיי האבן געזעהן ווי מ'האט זיי אריינשלעפט.

זיי האבן אוועק גענומען די ר"י בענקעל ביי די חומש סעודה? זאלן זיי ווארטן אויף א שווערע תגובה, ס'קומט ס'קומט.

זיי פירן מעשי בעלות אין ביהמ"ד? שיקן צום עמוד און רופן אויף עליות נאר פון די כת? וועלן זיי באקומען א שווערע ענטפער, זיי קענען נאך חרטה האבן, אונז געבן זיי א וואך צווי צו ווייזן אז זיי האבן חרטה געהאט.

זיי האבן אריין געמושט די קינדער פון תלמוד תורה מיט דער מנהל אין פאליטיק אזוי ווייט אז ער הערט שוין נישט אויס ווען א טאטע קומט אים עפעס זאגן אויב געהערט ער נישט אויף זייער זייט (ביי חומש סעודה)? בא יבוא א ענטפער, ס'מוז געזאגט ווערן קלאר אז די קינדער זענען נישט קיין בני ערובה (Hostages), די ת"ת איז נישט געמאכט פאר פאליטישע מסיבות קעגן דעת ה-עלטערן והמ"י.

גאנץ חודש תשרי צושטערט די "סטאטוס-קוו" 'תק"ש, כל נדרי, נעילה און נאך (זאגן א דרשה נישט געלונגען אפילו מיט די גרויסע דרוק קעגן די מו"ץ)? מיר האבן נאכנישט געענטפערט אויף דעם, אונז האפן אז זיי ועלן זיך אנדערש אויפפירן פון יעצט וועט מען נישט דארפן רעאגירן.

מוצאי יוהכ"פ די סעודה אין ביהמ"ד כמדי שנה צושטערט? אלע געדענקען וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט.

יעדע זאך וואס זיי טשעפען דעם ציבור וועט די ציבור ענטפערן אויף זייער וועג און זאג זיי אז זיי זאלן נאכדעם נישט האבן קיין טענות צו קיינעם נאר צו זיך אליין.

לסיכומו של דבר: די צייטן האבן זיך געענדיגט אז זיי טוהען וואס זיי ווילן און די עולם ענטפערט בעל כרחו אמן, ניין ניין נישט מער, וועלן זיי זיך צושטעלן צו דעם עולם? וועלקאם, אויב נישט? דאן זאלן זיי ווארטן אויף די רעאקציא פונעם עולם און זעהן ווי און מיט וועמען די עולם האלט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.