רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 1 בינואר 2020

כשהרוצח ראטטער צועק אף אחד לא בוכה

מאת סאטמארי

08/05/1945 דייטשלאנד דערקלערט: די "דריי גרויסע" אמעריקא, רוסלאנד, ענגלאנד זענען רוצחים

איין טאג נאך די שרעקליכע צווייטע וועלט מלחמה ווי מיליאנען דייטשן זענען 'נעבעך' גע'רצח'ט געווארן האבן זיך צוזאם גענומען די פארבליבענע דייטשן פון די ניאו-נאציס פארטיי אין שפיץ פון היינריך הימלער ימ"ש, און ארגעניזירט א ריזיגן פראטעסט ווי עס האבן זיך באטייליגט מאסן און פראטעסטירט קעגן די "דריי גרויסע" מאכט פארן אויס'הרג'ענען מילאנען 'אומשולדיגע' דייטשן.
אויף די ריזיגע שילדן וואס האט באגלייט דעם פראטעסאט האט זיך געליינט, "רוזוועלט און הערי טרומאן פון אמעריקא זענען רוצחים" , "סטאלין צום תליה" , צ'ערצ'יל איז א מערדער" זיי האבן פארשפרייט און די צייטונגען שרעקליכע בילדער ווי מען באמבאדירט די הויפט שטאט פון דייטשלאנד בערלין, אוון די וויללעלעם שטראסע די הויפט קוואטיר פון די פארטיי, און מענטשן האבן נישט געקענט צוקוקן די 'שרעקליכע בילדער' ווי מענטשן וויינען 'נעבעך'.....

וואס לאכסטו??????????

די ווייסט וואס מ'האט געמאכט צו די דייטשן? דו ווייסט וויפל דייטשן זענען 'נעבעך' גע'רצח'ט געווארן?

די מעשה איז נישט געשעהן 1945, ס'איז געשעהן 2020!

אין סאטמאר בני ברק זיצט יחזקאל ראטטער שוין 20 יאר און רצח'עט יעדן וואס שטייט איהם אין וועג, יעדער וואס האט געהאט א שייכות מיט משפחת כ"ץ איז אראפגעריסן געווארן, גע'רצח'עט דעם פריערדיגן רב הרב כ"ץ ז"ל לעיני כל הקהל, שוין באלד דריי יאר וואס יחזקאל ראטטער איז יורד לחייו פון רח"צ מייזליש, ווי די ערשטע צוויי יאר האט ער אפילו מצליח געווען, און יעצט ווען ער זעהט אז ער פארלירט די מלחמה, האט ער אנגעהויבן צו וויינען אז 'בניאמין איז א מערדער' אוי נעבעך ס'איז שרעקליך, וואס איז די עבירה פון בניאמין ווייסט איהר? ער איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך אוועקגעשטעלט לצד רח''צ מייזליש און לוחם געווען קעגן דעם 'מאסן מערדער יחזקאל ראטטער' וואס האט בלוטיגע הענט שוין 20 יאר, און דער בניאמין האט פיין מצליח געווען ב"ה אונטער צוברעכן די טאראריסטישע פארטיי פון דעם 'מאסן מערדער יחזקאל ראטטער'...

ווען דייטשלאנד וויינט האט קיינער נישט קיין רחמנות...!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.