רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 16 באוגוסט 2019

'וועדת השלום' בסאטמאר בבני ברק נכשלה הציבור החליט להילחם להבטיח את עתידו בעיר

*א מעסעדזש פון בני ברק:*

שלום אלע ידידים! 

אלעס איז אוקיי, די גאנצע נייע וועד זאגט אונז נישט גארנישט, אונז זעמיר נישט קיין שותפים צו די מהלך, ליצנות זאלן מען מאכן פון א צווייטן.
איך וועל טרייען מסביר צו זיין אין צוויי ווערטער וואס דא גייט פאר: די חשוב'ע חברי הוועד האבן בתמימות געמיינט אז זיי וועלן קענען מאכן שלום אין בני ברק און אויפהייבן די כבוד פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס לצערינו איז חרוב ונחרב אין אלעס דורך די "געטרייע" שטוב מענטשן ו"משתמשים בקודש".

די חברי הוועד כל אחד בשמו הטוב יבורך, זענען אהער געקומען קיין בני ברק אויף א פאר טאג, גאנץ שנעל האבן זיי געזעהן וואס דא גייט פאר, און געהערט די פילע פראבלעמען וואס דא גייט פאר, און זיי האבן זיך גענומען צו די ארבעט לתקן את ה.... , זיי זענען אהיים געפארן מיט גרויסע האפענונגען,  און באלד אנגעפאנגען די מלאכה ביתר שאת וביתר עוז, אריין לקודש פנימה און דן געווען על כל פרט ופרט אין איבער געגעבן א פונקטליכן באריכט וואס זיי האבן "דערהערט" און דערציילט פארן רבי'ן שליט"א "זעקת קהילתינו", איינער פון די שטוב מענטשן איז די גאנצע צייט געווען דערביי און געהערט אלעס וואס זיי האבן גערעדט כאטש ס'איז געווען למרות רוחם פון חברי הוועד החשובים.

באלד דערויף האט איינער פון די חברי הוועד שליט"א געזעהן "לאן הרוח נושבת" און האט באלד ערקלערט אז ער האלט נישט ביים מאלן וואסער, און זיך ארויסגעלאזט פון דעם גאנצן עסק, די אנדערע דריי האבן יא געהאפט (אונז האפן מיר נאך יעצט) אז זיי וועלן קענען עפעס טוהן למען השלום, און זיי האבן אוועק געגבן פון זייער טייערע צייט לילות כימים, און טאג טעגליך און יעדע שעה איז אהער געשטעלט געווארן כל מיני דרישות שונות ומשנות פון יחזקאל און זיינע מענטשן, למרות וואס די גאנצע וועלט האלט קלאר און דייטלעך אז דער איד דארף אפטראגן פון דא.. וד"ל, פארשטייט זיך אז די וועד האט זיך נישט צוגעהערט צו איהם און ביז א וואך זענען זיי דא געווען צום צווייטן מאל און איבערגעגעבן בפקודת הקודש רצון קודשו פון רבינו שליט"א אז מ'גייט דא משנה זיין, כדי דער ציבור זאל זיין צופרידן, און האבן באלד מפרט געווען די אלע שינויים לטובת די עתיד פון קהילתינו ומוסדותינו הק'.

דא זענען אריין אין בילד די אלע מיט די בלוטיגע הענט און אנגעהויבן צוצורעדן לליבו הטהור פון רבינו שליט"א ביז זיי האבן ליידער מצליח געווען אוועק צו נעמען די גאנצע מטרה פון די וועד החינוך און הנהלת הקהילה, וואס האט געדארפט אהער געשטעלט ווערן דורך די חשובע חברי הוועד, היינט ווען עס רינט ארויס די נעמען פון די "פרנסים על הציבור" און  יעדע קינד ווייסט אז דאס איז אויסדריקליך נישט לרצון פונעם ציבור, אין די רצון פון רבינו שליט"א ווי די וועד האט איבערגעגבן זייער שליחות - זייענדיג דא די צווייטע מאל - אז דער ציבור זאל זיין צופרידן, און נישט דאס איז געווען רצונו הק'.

"*און אונזערע אויגן האט די וועד נישט קיין שום תוקף*" אונז וועלן ממשיך זיין לעמוד על נפשינו ועל נפש בנינו ובנותינו, למען עתידינו לא נחשה ולא נשקוט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.