רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 4 ביוני 2019

האהרוני טרק את הטלפון לבן של חיים הערש מייזליש ולא רצה לומר לו מזל טוב

ווי עס קוקט איצט אויס שטייט סאטמאר-אהרונים בני ברק אויפ'ן שוועל פון א אפעציעלע ספליט, וואס וועט פארקומען ממש נאך יו"ט שבועות, ווען דער פירער פון קרית יואל איז צושפילט און צורידערט אויף א גרויסן פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.

ביים דינער פון "כולל עצי חיים" בני ברק וועלכע איז פארגעקומען אין ניו יארק די פארגאנגענע וואך, האט זושא בן ר' חיים הערש מייזליש די הענט געגעבן פאר אהרן'ען, וואס האט עם צוריק א פרעג געטאן "די מעגסט מיר געבן די הענט"
* * *
אלעזר מייזליש בן ר' חיים הערש מייזליש חתן ר' שמעון שמואל האלבערשטאם געמאכט א "שלום זכר" שבת קודש פר' במדבר העעל"ט. 
ר' חיים הערש מייזליש געקומען צופארן קיין ירושלים אויף שבת, גערעבקעט און געפראוועט א שבת מיט רעביסטעווע אויפ'ן גרעסטן פארנעם, א ריזיגע "באטע" אינעם "ברך משה" בית המדרש, פילע וויזשניצער חסידים פון ירושלים מיט זייערע רבנים און דיינים אין מורי הוראות קומען וואונטשן ברכת מזל טוב פאר חדב"נ פון זייער רבי'ן צום געבוירן פונעם אור-איינקל.
 דרשה פאר "ילדי תשב"ר" ביי "חברת תהילים" שבת אינדערפרי, "פרקי אבות" שבת נאכמיטאג, "רעווא דרעווין" משולב מיט דברי מוסר והתעוררות וואס באלאנגט פאר א רבי'ן.
באלד 50 אידן געקומען צופארן פון בני ברק קיין ירושלים אויפ'ן שבת, ראשי הקהלה פון אהרונים ירושלים באגלייטן עם שבת ביינאכט און בייטאג און מוצש"ק מבואו ועד צאתו, מוצש"ק נאכ'ן דאווענען רעביסטעוועט מיט א "גוטע וואך" קבלת קהל אין ביהמ"ד ווי א רבי פון א גרויסע חסידות.
זושא מייזליש קאלט אן אהרן'נען נעכטן זונטאג אפנעמען דאס מזל טוב פאר'ן געבוירען דאס קינד, און אהרן ט"ב לאזט עם נישט אויסרעדן דאס ווארט און ענטפערט עם בחמת זעם מיט קולי קולות: "איך וויל נישט הערן פון קיין מזל טוב, עטץ זענץ גרויסע מחוצפים דו מיט דיינע ברידער מיט דיין טאטן אויך, איך וויל ענק נישט קענען, איך וויל פון ענק נישט וויסן מער"
און האט אראפגעהאקט אויף עם דעם טעלעפאן.

בני ברק'ער אהרונים לאזן הערן אז נאך יו"ט שבועות גייט - ווי עס קוקט איצט אויס - פארגעזעצט ווערן די רעוואלוציע אין בני ברק.

אהרונים אין בני ברק האבן קריטיקירט זושא מייזליש פאר'ן קאלן אהרן'נען אפנעמען דאס מזל טוב, ווייל חז"ל זאגן שוין: אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו.

הנה ימים באים!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.