א גוטן ערב שבת ר' חיים,
דעם
קומענדיגן זונטאג גייט דער באבובע רב ר' בן ציון חתונה מאכן זיין טאכטער
בשעה טובה ומוצלחת מיט זיין נעפיו - א תלמיד פון ישיבת קדושת ציון אין קרית
באבוב.
אזוי ווי איר
ווייסט שוין מן הסתם איז בארא פארק יעצט איבערגעפילט מיט געסט מארבע פינות
העולם וואס זענען געקומען מיטהאלטן די שמחה בבית רבם ומאורם.
צעווישן
די פילע געסט זעהט זיך ספעציעל אן אן אינטרעסאנטע קבוצה וואס מ'זעהט
געווענליך נישט קומען צו די שמחות בבית רבינו. דאס זענען די בחורים פון די
עלטערע צוויי שיעורים פון ישיבת קדושת ציון אין קרית באבוב.
דער עולם ביי
אונז האט זיך געוואונדערט וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען און וויאזוי די
עלטערן האבן געהאט געלט צו צאלן פאר זייערע בחורים טיקעטס אהיים צו קומען
אינמיטן זמן פאר 4 טעג.
דא
האט איר בייגעלייגט א קובץ מיט דריי אימעילס. די ערשטע איז וואס עס איז
איינגעפאלן פאר א בחור אין די ישיבה זיך צו ווענדן צו ר' ישראל 'איזי'
ענגלענדער מיט א בקשה אז ער זאל אויסצאלן די טיקעטס. די צווייטע אימעיל איז
וואס ר' ישראל ענטפערט צוריק אז ער איז גרייט צו צאלן אויב די בחורים
נעמען זיך אונטער א נייע דבר טוב, שרייבן דאס אראפ אויף פאפיר אז ער זאל
דאס קענען אריינטראגן צום רב שליט"א אלס א מתנה לכבוד די חתונה. די דריטע
איז פון דעם בחור ווי ער לאזט וויסן ר' ישראל אז זיי נעמען זיך דאס אונטער.
ר' ישראל האט טאקע אויסגעצאלט 59 טיקעטס פאר די בחורים פון די לעצטע צוויי כיתות.
כל טוב
גוט שבת
יודל ש.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.