רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 7 ביוני 2021

אנשי האדמו"ר מסאטמאר בני ברק באים חשבון עם אנשי האהרוני מסאטמאר




*א קורצן סיכום ביז יעצט*

ראטער האט זיך געשוואוירן אז די חופה גייט נישט זיין אין שיכון, *ני ס'איז יא געווען.*
*זאגט ראטטער פיין,* אבער די רבנים זענען נישט געווען, *ני גוט א טאג דערויף די רבנים קומען בהמוניהם.*
*זאגט ראטטער פיין,* זיי קומען נאר אינדערהיים נישט אין בית המדרש, *ני גוט צוויי טאג דערויף אלע רבנים קומען אין בית המדרש* ביים שבע ברכות המרכזי וואס איז *צוגעשטעלט דורך הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר בארה"ק.*

ני גוט לאמיר צו ווארטן מיט געדולד...

איין זאך איז זיכער *וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ*
----------------------------------------------------------


*מכתב גלוי אל הרב יחזקאל ראטטער שליט"א מלפנים מנהל המוסדות*
 
איך שרייב דיר אפאר ווערטער ווייל איך זוך ווי ארויסברענגען מיינע געפילן, איך דאוון עד היום און שאצער ביהמ"ד און פראביר ווי ווייט מעגליך נישט זיין אריינגעמישט אין קיין פאליטיק.

אבער איין זאך קלער איך יעצט צו מיר, יעדעס מאל וואס רבינושליט"א פלעגט קומען אויף ארץ ישראל, פלעגט מיין הארץ זיין אנגעפילט מיט התרגשות ושמחה, און כ'האב קוים געווארט ווען וועט די רבי קומען און יעדע פאר מינוט מברר געוועהן ווי איז די רבי און ווי גייט די רבי זיין באלד און מארגן.

און משום מה, דאס מאל, אפילו כ'האב באקומען די קא"ל פון קול אנש, הערנדיג מיט קולי קולות הנה מלכך בא, האט עס מיר בכלל נישט בארירט, יא קומען נישט קומען, און איך הייב צו קלערן צו מיר אליין וואס גייט דא פאר, ס'אינטרעסירט מיר בכלל נישט די גאנצע מעשה, צו די רבי וועט זיין אין סביון צו אין מירון, מיט א שבת אן א שבת און איך קלער ביי מיר איך בין דאך שוין אינגאנצן א ליטפאק, וואס האט דא פאסירט.

די תשובה איז *דו יחזקאל ראטער ביסט שולדיג* האסט אונז פשוט און פראסט געגאנבעט א רבי, האסט גענומען רבן של ישראל מנהיג הדור, אים אריינגעדרייט און דיין פריוואטן שלעגעריי וואס דו האסט געהאט מיט עטליכע יונגעלייט נכדי רבינו בעל ברך משה זי"ע, און אזוי ווי דו האסט זיך נישט א עצה געגעבן מיט זיי, האסטו מחליט געוועהן אז די רבי דארף דיר העלפן, כלומרש'ט ער הארבעט ביי דיר, און אז ס'איז נישט געגאנגען האסטו מחליט געוועהן צו גיין טריט ווייטער, די רבי זאל זיך אליינס שלאגן מיט בני הקהילה ווייל דו ווילסט אזוי.

געשיקט א וועד העליון זאל אריינקנאקן אינעם עולם, פארשפארט בתי מדרשות, ארויסגעווארפן יונגעלייט פון בית מדרש, הונטער געהעצט פאר ווען מ'איז אריין אל הקודש פנימה, געמאכט דעם רבין שרייען אויף עלטערע יודן בעת שמחתם, און אויף יונגע תמימותדיגע בחורים'לעך.

איך וויל דיר זאגן איין זאך, איך ווייס נישט צו איך דארף זיין טרויריג צו פרייליך אז ס'איז אינטרעסירט מיר נישט די גאנצע באזוך, אבער איין זאך ווייס איך יא *דו ביסט א פלעינער גנב, געגאנבעט א רעבין פון זיינע חסידים, און ביסט א מבזה גדול בישראל*

*גור לך מיום הדין ויום התוכחה*

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.