רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 6 באוקטובר 2020

למען אשר יצוה


ידעתי מיעוט ערכי אלס א א סאטמארער הערויסגעווארפענער, און ווער בין איך צו זיין א מאן-דאמר אוואו טובי סטמפורד-הילל שמועסן בדברים העומדים ברומו של עולם ווי פרינציפן בענייני החינוך אין די חדרים.. אבער אזוי ווי טעכנישע/פראקטישע חילוקי דיעות בנוגע צום לאנד׳ס געזעץ דיקטאטן זענען הערויס לרשות הרבים עצור במילין לא אוכל פון מאכן מאנכע גאר איינפאכע באמערקונגען.   ס׳שיינט מיר דאס קנאות איז גאר א וואוילער זאך, אבער דער פראבלעם מיט קנאות און קנאים בזמן הזה איז, אז אין די נארקטישע הייכן (אדער שפלות׳ן)  פון מעשי קנאת הדת ווערט צו אפטן פארגעסן וואס בעצם דער דת איז, און דאס אונזער גלויבונג באשטייט קיינמאל נישט פון איין איזולירטער סענטימענט יהיה מה שיהיה, נאר פון מוזייק פון רמ״ח מצוות עשה און שס״ה לא תעשה׳ס פלוס דברי חכמים וועלכע מוזן צייגן און בעלייכטן אונזער וועג אוואו העריין און הערויס אין יעדן מצב פעולה או מחשבה.. און ס׳איז נישט מסתבר דאס מען קען זיין בכלל ״כי ידעתיו למען אשר יצוה את ביתו ובניו אחריו וגו'..״ בלויז מיט בעהאלטן און איזולירן אונזערע קינדער פונ׳ם דערויסנדיגער וועלט, והלוואי דאס וואלט געוועזן בכלל מעגליך במציאות זמננו.. נאר מיט א טיהפער אינערליכער פייער צו טוהן און טוהן וואס נאר מעגליך כדי דער דור הממשיך זאל גלייבן אין השי״ת האלטן הייליג די תורה און מקיים זיין די מצוות התלויות בגוף ובמחשבה בלב שלם. נאטורליך, כדי צו זיין פאזיטיווע עלטערן מוזן זיי זעלבסט זיין אביסל מחונכים, תמימי דרך אוהבי התורה מוקירי החכמים ומודים על האמת. דערנאך מוז מען די קינדער צושטעלן גוטע עפעקטיווע מלמדים וועלכע זאלן קודם כל זיין פאזיטיווע מוסטערס אלס בכבוד׳יגע ליבליכע מענטשן, וועמענס תפקיד איז צו מחבב זיין די תורה הקדושה אויפ׳ן תלמיד ייעדער קינד על פי דרכו, יכולת און נייגונגען, כדי איינער זאל ווערן א חומש מיט רש״י איד און זיין חבר וועלכער איז מער מסוגל זאל האבן א טעם אין א מוסר ספר א פרק משניות אא״וו- ואלף נכנסים למקרא ואחד יוצא להוראה..  און נאך וויכטיגער פון אלעם איז דאס דער מחנך זאל ערוועקן אין די קינדער אהבת חברים כיבוד אב ואם און ערווערבן אין זיי מענשליכקייט מיט מידות טובות ונאות.   אמת, דער וועלט איז דערווייל נאך קיינמאל נישט געוועזן קיין עולם התיקון, און קלקולים אין די חדרים זענען אייביג געוועזן.. דאך שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך וואסערע וואונדערס קען א פיינער מלמד איבער א יונגער נפש באווירקן. היינט איז חול המועד סוכות און די צייטן זענען ליידער שווערע, דערפאר וויל איך נישט אנריהרן די נעגאטיווע אספעקטן פונ׳ם מציאות אין די חדרים, בלויז צו זאגן דאס ב״ה לפחות דאהי אין לא דאן הרחיב השם לנו, און מיר האבן מער נישט דעם תירוץ צו זאגן דאס בעסערע מלמדים מומחים קענען מיר זיך נישט ערלויבן..   און לגופו של עניין, מען ברויך נישט זיין קיין יוריסט צו פארשטיין דאס ס׳איז ליידער נישטא קיין מציאות צו געווינען אונזער אידיאל׳ן אנאטאמיע בענייני חינוך דורך די געריכטן.  און אויב א באריסטער זאגט איינעם דאס מיר האבן יא עפעס א שאנס דאס זענען חלומות באספמיה און דברים בטלים. און איין מאל דאס די באהערדע האבן דעם קארקאלום אין די חדרים אין פאקוס, וועטמען זיי נישט קענען אייביג אפפטור׳ן מיט שה״י פה״י. ובפרט נאך די לעצטע דעוואלואציע אינ׳ם חרדי׳שן איד׳ס אימאז׳ בעיני האומות וואס מען האט זיך ליידער אזוי מיאוס פארשמירט מיט די דומהייטן בנושא פון די מגפה. ווי עפעס א שין דלת האט אונז געכאפט און געיאגט זיך צו פארזיכערן דאס זיי זאלן אונז נישט אזוי שנעל פארגעסן.. נישט דאהי נישט אין אמריקה און נישט אין ארץ ישראל.    דערפאר מוזן מיר לפחות זיכער מאכן דאס מעז יצא מתוק ביי צוריקגיין צום אלף בית פון חינוך הבנים באמת ובתמים, אויס חלומות און לולקע פאנטאזיעס, אויב מיר ווילן האבן א קיום מיט א דור ממשיך מוזן מיר גאר ערנסט טראכטן וויאזוי צו פארבעסערן דעם חינוך אין די חדרים, ובתחבולות תעשה מלחמה צו בויען א דור וועלכער וועט נישט בעשטיין בלויז פון אייז קאלטע מאני מיינדעד חסידישע לבוש מאדעלן, נאר א יוגענט מיט א אש דת,  ואתם הדבקים, באוואוסטע באפעסטיגטע נפשות אקעגן די שטורמען פון פרעמדע השפעות. אונזערע עלטערן אין איראפאישע מדינות האבן אויך געמוזט מיטלערנען און מיטזינגען וואס אימער די גויים האבן געצוואונגען אבער זיי האבן געהאט אין זיך גינוג יודישער גייסט כדי דאס זאל זיי נישט קענען באריהרן בבחינת: אום אני חומה דבוקה חבוקה בך..

(לנשמת אוהבי אהובי הפרנס רבי שלום צבי בן הפרנס ר' אליקום געציל ע''ה)

יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.