רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 1 ביולי 2020

מי העלה את רעיון החתימות בסאטמאר?

מאת סאטמארי

לרבים השואלים, ווער האט ארויפגעברענגט די געדאנק צו חתמ'נען נאמנות פאר רבינו שליט"א? וואס איז די מטרה? איז ווערד וועגן דעם צו ווערן פארשעמט איבער די גאנצע וועלט? וואס איז מיט כבוד רבינו, ס'איז הפקר פאר אייגענע מטרות?

די ענטפער איז זייער פשוט.
די ראטער גרופ פון בני ברק וואס האבן פארשעמט סאטמאר איבער די גאנצע וועלט וועגן אייגענע אינטערעסן פון אני ואפסי, האבן זיך געטראפן מאכט-לאז, פארלוירן דאס ביהמ"ד און שיכון קרית יואל בני ברק, פארלוירן די דעת הקהל אין גאנץ סאטמאר איבער די גארער וועלט, פראבירן יעצט די לעצטע טשענס, זיי האבן גענומען א עסקן ער איז ברייט באקאנט אלס א נאנטער באקאנטער מיט דעם ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו און מיט אסאך מיטגלידער פון די ליכוד פארטיי, דארט האט מען ביי די לעצטע בחירות גענומען א טריט אז די 'גוש הימין' די רעכטע פארטייען צוזאמען מיט די אגודה פארטיי האבן געמוזט חתמ'נען "הצהרת נאמנות" פאר ביבי נתניהו, אזוי איז ביבי געווען פארזיכערט אז קיינער פון די רעכטע פארטייען וועלן נישט גיין מיט די אנדערע פארטייען. מנחם געשייד האט אריבער געברענגט די זעלבע געדאנק פון די כופרים באלוקי ישראל גלייך אריין אין סאטמאר, אז מ'זאל אויך אין סאטמאר חתמ'נען "הצהרת נאמנות" פאר רבינו שליט"א, אבער שטייט דאך שוין "מרשעים יצא רשע" קיין גוט'ס האט נישט געקענט ארויס קומען פון דעם, אין דאס האט גאר פארשעמט סאטמאר און די כבוד פון רבי'ן.
יעצט ככלב שב על קיאו לויפן זיי ארום אין ירושלים אין ווילן מיט כח דארט אויך אריין שטעכן זייערע נעגל אין אויפרישן די אלטע שנאה זייערע צו די מוסדות הקד' אין ירושלים און מסכסך זיין צווישן די דארטיגע הנהלת המוסדות און הנהלת הכולל, אלס פאר די תאוה פון שררה אבער די דארטיגע אנ"ש האבן אפגעווארפן גלייך די בייזע פלענער און נישט געגעבן א האנט צו פארשעמען די כבוד פון סאטמאר.
יעדער וואס כבוד בית רבינו און כבוד סאטמאר איז נאנט צו זיין הארץ רופט אויס מיט ווייטאג "כת מבזי רבינו לאזט אונז שוין אפ, לאזט אפ דעם רבי'ן, דא איז נישט די ציוני'סטישע 'ליכוד פארטיי' גענוג מיט הירוס החינוך גענוג מיט בושות פאר סאטמאר גענוג מבזה געווען כבוד רבינו שליט"א, גענוג גענוג גענוג, לאזט אטעמען דעם ציבור, באפרייט'ס דעם ציבור פון ענקערע שפיציגע נעגל און לאזט אפ אלע קהילות פון סאטמאר, דאן וועט זיך אלעס פירן כימי קדם על מי מנוחות און ברענגען כבוד פאר סאטמאר בכלל און פאר רבינו שליט"א בפרט".

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.