רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 12 בנובמבר 2019

מי באמת אשם במחלוק האהרונים בבני ברק

מאת סאטמארי בבני ברק

וועלכע זייט איז באמת שולדיג אין די אנגייענדיגע מחלוקת ביי אונז אין די קהילה? און ווער איז דער רודף און ווער איז דער נרדף?

יעדער ווייסט אז מ'קריגט זיך נישט מיט קיין וואנט, און ביי יעדע מחלוקת איז דא צוויי צדדים און יעדע צד מיינט באמת אז ער איז גערעכט, און איז זיכער אז דער צווייטער גייט איהם סתם אויף די נערוון, און איז איהם סתם מצער איז אמאל א צייט זיך צו געבן א שטעל אפ און מאכן א חשבון הנפש ווער איז באמת שולדיג?

און ס'איז דא מענטשן וואס קענען אמאל זאגן, קוק אהער ביידע זענען שולדיג ווילן מיר אביסל אויסשמועסן די נושא פאר אונז אליינס.

אן אריין גיין אין די גאנצע היסטאריע, נאר די לעצטע צוויי יאר האט דער ציבור אנ"ש לוחם געווען אויף סטאטוס קוו, אין די צייט וואס יחזקאל האט די גאנצע צייט נאר געזוכט ווי מ'קען מאכן נייע מסיבות אין ווי מ'קען צוטיילן די קהילה נאכן איינזעהן אז ער קען נישט מער שולט זייין אויף די מוחות פונעם ציבור האט ער מחליט געווען אז ער גייט נעמען זיינע פאר איינגעשטעלטע וואס האבן מורא פון איהם, און די פאר קעלבלעך זיינע וואס געפונען זיך שוין צוואנציג יאר אין זיין כת.

לאמיר נאר אויסרעכענען וואס יחזקאל האט אלס געטון אין די לעצטע צוויי יאר:

א) צוואנציג יאר איז דער ראש ישיבה געווען א קדוש, און חלילה אויב איינער האט געטראכט אנדערש, היינט.... זאל דער אייבישטער אפהיטן (יחזקאל האט מיט א פאר יאר צוריק בעצם יום הפורים געזאגט איך ארבעט נישט פאר אהרן בן פעסיל לאה {ער האט פארשטייט זיך נישט געזאגט רבינו] איך ארבעט פאר חיים צבי בן חיה...עפ"ל).

ב) אויפגענומען א פרישן דיין נאך וואס יארן לאנג איז ער איהם געשטאנען אין וועג און געשטערט איז ער אין איין טאג געווארן צדיק הדור, פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז ארויס געקומען די רעקארדיגנס ווי מ'הערט יחזקאל זאגט פונקטליך פארוואס ער דארף איהם האבן.

ג) נאך וואס יארן לאנג איז משפחת כ"ץ געווען די מערסטע טרייף, מחוצפים צום רבי'ן, מחריבי הקהילה, און נאך, איז אין איין שיינעם דינסטאג געווארן אברהם שלמה דער ענדע צדיק, אן עליה פלעגט ער נישט באקומען אין בית מדרש, אבער יחזקאל מיינט נאר דעם באשעפער.

ד) אנגעהויבן צו פראווען מסיבות מלווה מלכה בעזרת נשים אין די זעלבע צייט וואס מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א לערנט פאר די וועכנטליכע שיעור הלכה, אין די זעלבע שעה פארשטייט זיך, און ער טוט נישש גארנישט.

ה) אין די ערגסטע צייטן ווען די קהילה האט שאדן געהאט מיליאנען דאלערס פון די זאלן און די האטעל, איז נישט געווען א מציאות מ'זאל ארויסווארפן א אינגל פון ת"ת, אבער יעצט א נייע זאך מ'וווארפט, משפארט איין קינדער במשך פון א גאנצע וואך, אלעס פאר דעם איינעם זינד פון זאגן א ווארט פאר יחזקאל ראטער וואס שמעקט איהם נישט, (אונז ווייסן שוין לאנג אז די גאנצע קהילה פירט זיך לויט ווי אזוי יחזקאל איז אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי אויף די רעכטע אדער לינקע זייט, מיר געדענקען נאך זייער גוט ווי אלע שינויים וואס יחזקאל האט געמאכט אין די מוסדות איז געווען לויט ווי זיין טייערער יוסף לייב דער בעל הפח האט געלערנט).

ו) די נושא פון באטע, אגם יעדער איינער מעג טון ביי זיך אינדערהיים וואס ער וויל, איז די נושא פון א באטע אנדערש, וויל א באטע איז קיינמאל נישט געווען אין בית מדרש און ס'פלעגט זיין א מודעה פון קהל מדי שבת בשבתו וועגן די באטע, און ער האט אנגעהויבן צו פירן אליין באטעס, אלעס מיטן ציל צו צוטיילן די קהילה, אהה כ'מיין מיטן ציל פארן אייבערשטן'ס וועגן....
פארשטייט זיך אז אנ"ש האלטן נישט אויס ווען מ'וויל די קהילה זאל אנגיין ווי געהעריג אבער אויב יחזקאל פארשטייט אז ער גייט גארנישט פארדינען פון א געוויסע מהלך וועט ער דאס זוכן צו חרוב מאכן בכל דרך שהוא.

להמשך כנסו כאן:



ז) מ'האט מבטל געווען דעם לאנגיעריגן שבת מירון.

ח) מ'האט מבטל געווען הקפות שניות.

ט) ער האט געוואלט מבטל זיין שמחות בית השואבה במשך ימי חול המועד.

י) זיינע פלענער זענען ווייטער אלעס חרוב צו מאכן אן קיין שום ספק.

י"א) ארויסגעווארפן דעם לאנגיעריגן קעכער פון די מוסדות.

י"ב) צוגענומען משולחן מלכים פונעם לאנגיעריגן שרייבער.

יג) מבטל געווען סעודת יארצייט כ"ו אב.

און ס'איז דא נאך פיל דוגמאות, ווי יעדער ווייסט, מיר האבן נאר געברענגט א פאר איינציגע דוגמאות זיך אביסל אויפצופרישן די מח און באמת קלאר מאכן די שאלה "ווער איז שולדיג און ווער איז די רודף און ווער איז די נרדף..."

אה לאמיר נישט פארגעסן אז ס'איז דא זייער אסאך זאכן וואס יחזקאל איז ממשיך מיט די אלטע זאכן בגאון ובעוז ווי למשל:

* מחנך זיין די קינדער און די בחורי חמד מיט א געפערליכע חוצפה, קעגן איינעם וואס דינט נישט זיינע אינטערעסן.

* די מומחה'דיגע שטיקלעך און רדיפות אן קיין 'טביעת אצבע' און דערנאך שטייט ער ווי ביבער און וויינט און שרייט  'פושט טלפיו ואומר טהור אני...'

און יעצט נאך ווען דער ראש ישיבה האט גערעדט מוצ"ש מ'זאל נישט מאכן קיין טעראר וויינט ער און ער שרייט אז מ'פאלגט נישט דעם ראש ישיבה היתכן ער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד.

יחזקאל טייערער די מערכה האט גארנישט צו טון מיטן ראש ישיבה, פארשטייט זיך מיר וועלן זיך אלע אנעמען פאר זיין כבוד ווי עס פאסט  אבער די אלע זאכן וואס די האסט טענות אז מ'בלאזט דיר אויף דיין לינקע פאה און פלוצלונג וויינסטו ווי א נרדף נעבעך, קיינער קויפט דאס נישט אפ, יעדער ווייסט פונקטליך "ווער איז דער רודף און ווער איז דער נרדף..."

לגבי די פאשקעווילן וואס דוד יואל קליין מאכט לבקשת יחזקאל: איין שאלה וואס איז מיר שווער געווארן די לעצטע פאר טעג, פון ווי דער ציבור אין בני ברק האט געהאט געלט פאר פאשקעווילן ווייסן מיר שוין, ווייל יחזקאל האט געזאגט אין א אסיפה אז אונז גייען מיר נאך געלט פאר צדקה צוועקן און פון דארט נעמען מיר די געלט פאר פאשקעווילן, אבער פון ווי נעמט יחזקאל געלט פאר דעם??...

צום שלוס אין איין ווארט, ווען יחזקאל ראטטער וואלט געטון צען פראצענט וואס דער ראש ישיבה האט אלס געטוהן למען השלום, וואלט שוין לאנג געווען רואיג אין די קהילה, הלוואי בקרוב!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.