רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 8 בפברואר 2019

מכתב מיהודי בווילימסבורג

איר האט נישט קיין השגה וואס דא טוט זיך 
די ספינקער מאכען אויך משוגע זיי מאכען א געוואלדיגען איבערקערעניש וועגן זייער חתונה
אבער דאס האט נישט מיט סאטמאר צו טון

סאטמאר זאל נישט מאכען פון תולדות אהרן א רשע און פון די קהילת תולדות אהרן רשעים
ווען בשעת מעשה מאכען זיי פון  א עכטען קוקניק -די אויערבאכס - מכלומערשטע סאטמארע חסידים
זיי מייינען  די וועלט איז נאך היינט משוגע וויא אמאל יעדער ווייסט שוין ברוך השם
למי החותמת ולמי הפסילים און דאס קומט צודאנקען דעם ידיד בית ישראל ואוהבן הרב חיים שאולזאהן שליט"א שיחיה לנצח 
ובפרט לעצטענס מיט זיינע טייערע דרשות פה מפיק מרגליות בטוב טעם ודעת מיט א א חן און א מתיקות וואס טויזענטער יודען זענען עהם גרייט אויסצוהערן שעות ארוכות
וויאזוי  ער שטעלט יעדע זאך מיט יעדען שווינדלער אויף זיין ריכטיגן פלאץ דבר דיבור על אופניו 
"דבר" איז אויך טייטש א מנהיג בבחינת "דבר אחד לדור " יעדען "דבר" אויף זיין פלאץ
דאס איז א בחינה פון א הכנה צו ביאת משיח א "חירות" פון דעם ביטערן טעראר אין וויליאמסבורג 
פוןו די סאטמארע און זייערע באנדיטן עדה החרדית אתרא קדישא וכדומה כל שום וחניכא דאית להו

וויא קומען זיי חוזק צו מאכען פון רבי מענדעלע וויזניצער שליט"א ער וויל סך הכל אז זיינע חסידים זאלן זיין צו עהם געטריי 

אבער סאטמאר טראכט אויס זאכען וואס שטייט נישט אין די תורה נישט אין שולחן ערוך און נישטאמאל אין רמב"ם און מאכן דערפון א אני מאמין הראשון

און אך און וויי טאמער א צווייטער טראכט אפילו אנדערש   וויא זיי ווילען און וויא זייער פאליטיק שפילט ,  דעמאלס זענען זיי גרייט עהם צן הארגענען ממש
אזוי וויא זיין האבען שוין געטון כמעט פאר יעדען וואס שטייט זיי אין וועג
אפילו פאר רבי חיים שאולזאהן און הרב זילבער און הרב וועכטער וכדומה 
פאר זיי ממש איז געזאגט געווארן די הייליגע משנה אלמלא מוראה של מלכות ווען נישט די פאליציי וואלטן זיי יעדען טאג ל"ע געהארגעט מענטשען

די עירוב טראגערס מיט די באיענער חסידים עושי העירוב וויא אויך פאפא וואס טאנצט נישט מיט זייערע משוגעתן
זיי  (פאפא) האבען געלאזט רעדן ביי זייער דינער אין וויליאמסבורג הרב צוויבל פון אגודת ישראל 
וכדומה

אבער ב"ה אונדז כלל ישראל ווערט צוביסלעך באפרייט פון זיי און איר האט מקיים געווען ושבור עול הטעראריסטן ועול סאטמאר מעל צאוורנו און בקרוב וועלן מיר שוין זוכה זיין צו ותוליכנו מהרה קוממיות לארצנו אמן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.