לכבוד הרב לוחם מלחמת ה׳ ר׳ חיים שאולזאהן שליט״א
נא ונא תיכף להעמיד הדברים כהווייתן מה שהעדה מכשירים לפסח דברים בלי שום אחריות רק לשם ממון גרידא
לפי שעכשיו כל אחד מתחיל לקנות צרכיו לחג הפסח ועכשיו שנודע מי הם העדה הרעה הזאת
מצוה לפרסם בישראל כל שקריהם לא בלבד על העופות בארץ ישראל בבחינת נפל תורא חדד לסכינא (שבת ל״ב)
די
ביד״צ עדה החרדית וואס עס איז שוין נתגלה געווארן קלונם אז זיי זענען
מאכיל טריפות און נעמען פאר זייער טרייפענעם הכשר גראב געלט האבען זיך שוין
אזוי דערקייקעלט אז זיי געבן הכשרים אין די ווייטע סטעיטס ביי די גויישע
פאבריקן וויא מען מאכט חמץ מיט ווייץ און גערשטן , געבן זיי א הכשר אויף
חמצדיגע טרייפענע ווייטאמין פאר מדקדקים אויף פסח
לאמיר נאכזאגן די ווערטער פון הרב החסיד רב סענדער דייטש ע״ה
דאס איז בית דין צדק???? דאס איז בית דין חצוף!!!! כישראל יורדין הם יורדין עד לעפר
כדי
עס זאל נישט אויס זעהן וויא א חוכא ואיטלולא א געלעכטער אז יודען פון ארץ
ישראל געבן א הכשר אין אמעריקא , וואס דאס ווייזט אז פאר געלט טוען זיי
מכשיר זיין אפילו פאר פסח , האבען זיי צוגעשטעלט צום באטעל סתם א נאמען ביי
די זייט פון א יונגערמאן וואס איז נישט קיין רב און האט נאך קיינמאל נישט
געגעבען קיין הכשר ער ווייס נישט אמאל וויאזוי א פאבריק זעהט אויס און ער
ווייס נישט וואס א אינגרידיענס איז , דער פרומער עולם דהיא אין ברוקלין און
מאנרא מאנסי לעיקוואד שטייט און לאכט וויאזוי מען וויל אויסנארן דעם
עולם.....דאס אלייינס ווייזט די שוואכקייט פון די הכשר
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.