רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 7 במרץ 2014

הסאטארי תבע להוציא את הקטע הקובע כי התורה מגינה ומצילה את מדינת ישראל לטענתו התורה לא מצילה כלל את המדינה

מאת סאטמארי

הוא כותב באידיש אז בכמה מילים נספר לכם מה הוא כותב, הוא מספר על השתלשלות הדברים מאז שהגיעו לבית רבו האהרוני לבקש ממנו שיחתום ויצטרף לעצרת, אי הסכמתו בגלל הנוסח הקובע כי התורה מגנא ומצלא את המדינה, לאחר וויכוחים ודיונים הוציאו את הקטע אשר הרבי תבע להוציא, וככה הוא הצטרף לעצרת שתיערך ביום ראשון

וכך הוא כותב:

א מנהיג ישראל איז נישט איינער וואס טוט וואס דער דעת הקהל האלט
א מנהיג ישראל איז איינער וואס טוט וואס די תורה הקדושה הייסט

נעכטען דינסטאג איז א משלחת פון עסקנים פון אגודת ישראל
אריבער געקומען צום רבי'ן רופן זיך מצרף צו זיין צום פראטעסט
נעקסטע וואך זונטאג מוחה זיין איבער די גזירה גיוס בני הישיבות
די עסקנים וואס ווייסן ווי דעם רבי'נס הארץ בלוטיגט שוין עטליכע יאר
און די דרשות וואס דער רבי שליט"א האט שוין עטליכע מאל גרעדט
אז ביי די גזירה מוז מען אלעס טוען אן קיין חשבונות להעביר את רוע הגזירה
דער רבי אליינס האט שוין אריין געלייגט וואכן און חדשים איבער די גזירה
סיי מיטן גרויסען פראטעסט א' חוקת און מיט עטליכע קליינע פראטעסטען
אזוי אויך אנהייב די וואך אין א"י האט דער רבי שליט"א געהייסן פאר אנ"ש
זיך משתתף זיין ביים עצרת זאגנדיג אז דאס איז ווי גזירת גיוס בנות

די עסקנים זענען געווען זיכער אז נאך 5-10 מינוט רעדן וועלן זיי האבן
די פולע הסכמה פון דעם רבי'ן שליט"א און פון סאטמאר בכלל
אבער דער רבי אלס מנהיג העדה האט אנדערש געהאלטן
נאכן איבער קוקן די קול קורא און זהען אז ס'איז דא זייער א נישט אויסגעהאלטנע זאץ
ווי צו זאגן אז די בני הישיבות זענען מיט זייער תורה שומר אויף די מדינה של שמד רח"ל
האט דער רבי געזאגט פאר די עסקנים "ניין" מיט אזא זאץ קען סאטמאר נישט גיין
דער זאץ מוז אראפ גיין די תורה איז ח"ו נישט מגין אויפן עקזיסטענץ פון די מדינה
די עסקנים פון אגודת ישראל האבן נישט מסכים געווען און זיי האבן געמוזט ארויס גיין
בפחי נפש אן קיין הסכמה פון סאטמאר רבי צו זיך משתתף זיין

די אידישע וועלט איז שנעל צושפרייט געווארן די הוראה פון סאטמאר רבי
און די טעלפונען פון איבער די גאנצע וועלט צום ביורא פון אגודת ישראל האט זיך אנגעהויבן
היתכן צו צושטערן דעם אחדות פון כלל ישראל וועגן אזא זאץ וואס איז נישט צום פארשטיין
נאך עטליכע שעה און פרעשע פון אדמורי"ם וראשי הישיבות בארה"ק און דאהי
האבן די עסקנים פון אגודת ישראל מחליט געווען צו טוישן דעם נוסח הקול קורא
און בעזהשי"ת וועט די אחדות פון כלל ישראל קענען גיין ווייטער
און דער מנהיג ישראל דער רבי שליט"א וועט זיך משתתף זיין צוזאמען מיט אלע גדולי ומאורי הדור
פונקט ווי אין א"י ווי אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן אגודה דגל ש"ס און די עדה החרדית
האבן צוזאמען מוחה געווען און איינגעריסן לבטל את רוע הגזירה

וכאיש אחד ובלב אחד נצא ונפגין לבטל את רוע הגזירה
כולנו למערכה ולה' הישועה בביאת גואל צדק במהרה בימינו

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.