רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 2 בפברואר 2024

זכרונות פון שמשות בי הרב שכטער 40 יאר צוריק, און א קריאה נרגשת!


 40 יאר צוריק, שמשות בי הרב יעקב מאיר שעכטער שליט"א - זכרונות.
תרצ"ה.
מיין זיידע החסיד רבי משה בורשטיין זצ"ל
געבארן אין גערער משפחה, געלערנט אין נאבהארדאק מיטן קאזן רבי מנחם מלאך (פאטער פון מיין צווייטער קאזן משפיע רבי אברהם מרדכי שיח')
איז געקומען אין ירושלים פון פולין מיט מיין באבע און 2 בייביס, אליין, פרעמד, אבער שטאלץ!
רבי דוד שעכטער פאטער פון רבי יעקב מאיר, העלפט איהם.

כעבור דור, תשי"ט.

מיין זיידע האט גיעפנט א כולל, אין קאטאמאן, שכונה פון נוצרישע אראבער וואס זענען אנטלאפן, און וואס די אנטלאפענע פון אלט שטאט בי די מלחמה תש"ח האבן זיך באזעצט, און ממנה געווען רבי יעקב מאיר אלץ א ראש כולל.
איהם געקויפט א נייעם כאלאט און קאפילוטש (טייער געווען אזוי וי היינט קויפן א קאר!)
מיין טאטע רבי חיים בורשטיין ז"ל האט געהאט מיט איהם חברותא אלע טאג משך יארן.

כעבור דור שלישי....
תשמ"ה.
איך בין א בר מצווה בחור.
שווער די מחשבות, פארצוויפלונגען, שטערבן, פראגעס, אין די אייג' יארן.
פאר א טאלענטישער פאנטאזיאנער נאך א סאך שווערער.
די סביבה, שטרענג, רעדט א אנדער שפראך און פון אנדערע ירושליימער באגריפן, שפראך וויט וי דור הפלגה מיט מיינע איבעלעבונגען.
מיין גוטער חבר שמוליק אטינגער, נעפיו פון רבי יעקב מאיר, עצעט מיר געהן דורך רעדין מיט איהם.
גטראכט און געטהאן.

אין יענע צייטן  רבי יעקב מאיר אנהייב זיין פופציגער יארן, געפלאגט שרעקלאך, עניות און טיפע שווערע שטוב, מיט טראגעדיעס.
איך קריך ארויף די הויכע אלטע שטאפלס, אזוי וי 8 שטאק אומגעפער.
גיי אריין צו איהם, וינטער תשמ"ה.
גערעדט, געהערט, געוויינט,  געפרעגט, געטרייטסט.
און?....
אה...
איך געב א קוק ארום זיך דארט, און מיט מיין אויג, וואס האט שוין געהאט עקספיריענס, אלץ א קינד צווישן 14 קינדער, וואס איז אויך א האלבער טאטע פאר 6 קלענערע ברידער...
איך פרעג איהם:
רבי יעקב מאיר!
איהר דארפט הילף דא אין הויז?
ירושליימער דוגרי פראגע און ירושליימער פאשעטער ענטפער:
יא.
און זייט דעמאלט, יעדער וואך משך 5 יאר, געוואשן זיין הויז אויפן דאך, איינגעקופט אין געשעפטן, אין אפטייק, געבויעט די סוכה, צונומען די סוכה, געכאשערט די הויז אויף פסח, גערייניקט טוינזטער ספרים, וכו' וכו'.
דער שכר?....
קיין פרוטה פון דעם ארעמער צדיק.
אבער?
א סאך!
 שעות פון שימוש ת"ח, פון עצות, פון לייף עקספיריענס, וואס וועט מיר נוצן א גאנץ לעבן!
 און העלפן מחנך זיין מיינע קליינע ברידער אין די לאנגע תקופות פון מיין טאטן ע"ה אין חוץ לארץ פאר פרנסה, און העלפט די ארומיגע ארום מיר.

המשך וועט קומען, מיט אנאקדוטן, ווערטער, מעשיות מיטגעמאכט און געלעבט אין יענע יארן בי רבי יעקב מאיר.

אבער איך מוז ארויס שרייען פון וויטאג:
פריערדיגע גבאים, שמשים, און די מנהלי קהילה, לאזט איהם צורוה!!!
 גענוג געווען!
שיקט איהם נישט משטרה, עובדים סוציאליים, מיט נגידים, וויל איר דארפט די גרויסע געלטער וואס איז אריין דורך איהם!
געבט איהם צוריק זיין אלטן שופר, מנורה און נאך זאכן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.