רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 27 באוקטובר 2023

דאגות החסידים במלחמה....

 

מיין אבזערוואציע ארום חסידים און די מלחמה:

סקווירא חסידים טאנצן ביי חתונות מיטן איזרעלי-פלעג.

ליבאוויטשער משיחיסטן דינען אין מיליטער מיט גרינע קליידער און ביקסן, מ'שרייט יחי אדונינו אין מצבים וואס אראבער וואלטן געשריגן אלאהואככבאר.

וויזניץ-הייליג לויפן ארום מנחם אבל זיין, טאנצן און פירן טישן אין שפיטעלער מיט שטריימל בעקיטשע.

בעלזא פארקויפן רוח הקודש פון רב.

אין טאהש זאגט מען תהלים ביים הייליגן רבי'נס הייליגע ציון הקדוש.

אין פאפא האלט מען שטארק דערפון...

אין באבוב פארשפארט מען די טירן, אויף 48 איז דא איין אפענע טיר, שיק א טעקסט ערב שבת וועסטו (נאך וועריפיקעשאן) באקומען די נומבער אריינצוגיין.

אין קלויזענבורג וועט מען באלד לאזן וויסן אויב די רבי קומט אריין.

דינוב גייט צום עצרת תפלה אין מונקאטש.

די סאטמארע זאלונים קויפן נייע בנינים פאר די מוסדות אין בארא פארק, ובזכות הבל פיהם של תשב"ר וכו'

די סאטמארע אהרוינים שרייבן אנאליזן...

 באבוב 45 ווייסט פון די גרויסע עצרת תפלה צוויי וואכן צוריק און פון דא און ווייטער אינטערסירט גארנישט חוץ ווי די נייע בית המדרש האלט.

ראחמסיריווקא, פססס אוי אוי, צע צע, שרעקליך אוי וויי.

גער איז שטיל ווייל די רבי האט נאך גארנישט געזאגט.

וויזניץ-מאנסי וועט מען לאזן וויסן תיכף נאכדעם וואס אלע 7 וועלן קענען קומען צו די מיטינג.

תולדות אהרן, נאך די 45 אין מירון פילן זיי אן א מויל מיט וואסער.

יואלי ראטה, האסט נישט קיין בעסערע דאגות? זיי פארנומען טרעפן א שידוך פאר דיין אלטע 16 יעריגע טאכטער און שנארן ביי חתונות.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.