אנ"ש איבער די גארער וועלט וועקט זיך אויף!!! זעהט'ס וואס מען
מאכט מיט אייער געלטער וואס איר געבט אזוי ערענסט פאר "מוסדות יטב לב
בארה"ק"
אחינו ידידנו מעבר לים, שוואגט נישט אויף די ערשטמאליגע עמטליכע פארברעכן אשר לא היתה כמוהו מעולם!!!
די ערשטע מאל אין היסטוריה,
אן קיין טראפן בושה האבן די טרויערבארימטע כת אריין געגעבן א קאורט אין
בג"ץ הציוני קעגן היימישע אינגעלייט מיט די עמטליכע נאמען פון "עצי חיים,
קדושת יום טוב". ניין, נישט אין נאמען פון "הרב" צבי הולצער אזוי ווי ביז
היינט, נאר דאס מאל זענען זיי יורדין עד לעפר ואשפה און מיט די נאמען
פון די הייליגע רבי'ן זי"ע'ס מוסדות גייען זיי בלי שום בושה אריין אין
ציוניסטישע געריכט. ס'איז ליידער מקויים געווארן טֻמְאָתָהּ
בְּשׁוּלֶיהָ... וַתֵּרֶד פְּלָאִים.
שומו שמים!!! הזדעזעי כל העולם ומלואו!!!
רבינו הקדוש והטהור זיעועכי"א, אנה נוליך חרפתך. מִי יְגַלֶּה עָפָר מֵעֵינֶיךָ
בָּאוּ גוֹיִם בְּנַחֲלָתֶךָ טִמְּאוּ אֶת הֵיכַל קָדְשֶׁךָ
אויב וועט איר דאס מאל שווייגען, ווער ווייסט צו וועלעכע נידעריגע מדריגה וועלן די רשעים נאך אנקומען.
יעקב אבינו האט געבעטן "בקהלם אל תחד כבודי, די תורה"ק זאל נישט דערמאנען זיין הייליגן נאמען במחלוקת קורח ועדתו" רבותינו
הקדושים והטהורים קדושת יו"ט און עצי חיים מנוחתם עדן שרייען און וויינען
און בעטן ביים כסא הכבוד, בקהלם אל תחד כבודי, אונזער הייליג נאמען זאל
נישט פארשוועכט ווערן דורך די רשעים און דורך די ציונים הכופרים.
סאטמארע חסידים איבער די גאנצע וועלט שרייען אויס מיט ווייטאג: סוּרוּ טָמֵא קָרְאוּ לָמוֹ סוּרוּ סוּרוּ אַל תִּגָּעוּ נעמט אראפ אייערע טמא'נע נעגל פון די הייליגע מוסדות און גייט באלד ארויס פון די כופרישע ערכאות הציוני, והשם הטוב יכפר.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.