רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 25 באפריל 2021

רשעותו וכיעורו של האדמו"ר מבאבוב 48 - לא שילם לשדכן מפני שהוא שיך לקהילת 45


הוא הבטיח בקול רעש גדול כי ישלם לכל שדכן סכומים שגדולים אם ימצא שידוכים לבחורים מבוגרים. ואכן השדכנים החלו לעבוד והצליחו תוך חדשיים למצוא שידוכים לקבוצת בחורים, והוא ישלם על פי הגיל מי שמבוגר יותר השדכן יקבל יותר. אלפיים דולר בגיל 21 ועל כל שנה נוספת הוא הוסיף עוד אלף
והנה בחור בישיבתו של האדמו"ר מבאבוב 48 שהוא בן 33 הצליח למצוא שידוך והתארסו, אבל לאדמו"ר נודע כי השדכן הוא חסיד באבוב 45, הוא מיד הודיע כי לשדכן הזה הוא לא ישלם פרוטה למרות המאמץ שעשה על פי הכרזת הרבי מ-48

תניא ר' יהודה אומר דור שבן דוד בא בו.... וחכמת הסופרים תסרח ויראי חטא ימאסו ופני הדור כפני כלב והאמת נעדרת...

זענען די באמעס יא גערעכט?
זעמיר אונז טאקע אזעלעכע תמימותדיגע נערנים?

שטייט אויף א רבי, א מנהיג אין בארא בארק. נישט סתם א מנהיג, די גרעסטע רבי אין שטאט. נישט נאך א פלעינע מעריב, נאר ביי איינע פון די שענסטע טישן וואס ער פירט (רומפלען אויף שושן פורים) און איז מודיע א בשורה משמחת מאוד 'מ'גיימער פאררעכטן די שידוך קריזיס'!!!! 

אט דאס איז א רבי, א מנהיג, א רועה נאמן. א איד וואס איז גרייט ארויף צו שארן די שארוועל און זיך נעמען צום עבודה קשה. א הבטחה פון א ערליכע איד ברבים אז ער'ט געבן סכומים נכבדים פאר שדכנים וואס וועלן אויספירן שידוכים מיט עלטערע בחורים אדער בחורות. ווי עלטער די חתן אדער כלה איז אלץ העכער וועט זיין די שכר!!! 

אחי ורעי לאמיר אויסשרייען הויעך לזאת יקרא מנהיג!!! יא יא, לזאת יקרא רועה נאמן, א עכטע ממשיך פונעם צאנזע דרך!!! 
ווי זאגט מען אויף ענגליש
Give credit where credit is due. 

—-
ס'האט נישט גענומען לאנג און א היימישע 33 יעריגע בחור איז א חתן געווארן. רבותי די טאקטיק ארבייט, פיינעלי האמיר א ערליכע איד וואס ס'קוועטשט אים א צווייטענס צער, און איז גרייט אויסצוגעבן אייגענע געלט דאס מתקן צו זיין. 

אבער ליידער איז נתגלה העטרה שלו במלאו כיעורה. דאס שדכן, א אינגערמאן וואס האט שווער געארבייט אויף א  שווערע שידוך... ביתו נתמלא אורה. ער'ט קענען מאכן פסח אהן בארגן, קמחא דפחא אדער קיופאנס, ער'ט אפילו קענען העלפן זיין טאטע און אפשר אפילו אפאר געשוויסטער. וואס קען זיין בעסער ווי א הבטחה פון א רבי, א מנהיג עדה בישראל? א איד וואס רעדט אייביג פון חסידות/לפנים משורת הדין? א איד וואס קאכט אין צאנז? א איד וואס לערנט פאר א שיעור דברי חיים העכער דרייסיג יאר? א איד וואס הונדרעטער בחורים און אינגעלייט קוקן ארויף צו אים און לערנען זיך מידות טובות ויר''ש פון אים?

אבער ליידער ליידער זענען די באמעס יא גערעכט!!!

דער פני הדור איז ממש כפני הכלב השב על קיאו
דאס שדכן האט מען מודיע געווען אז ער באקומט נישט קיין איין גרייצער, ווייל ער באלאנגט צו א צווייטע קהילה וואס אונז האמיר נישט ליעב.... 

הבטחה?
ברבים?
ערליכע איד? 
רבי? 
מנהיג? 

ליידער זענען די באמעס יא גערעכט.
ליידער זעמיר אונז יא תמימותדיגע נערנים. 

ליידער האט מען אונז געוויזען אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף די אזויגערופענע ערליכע מנהיגים.

 איז נאר געבליבען פאר אונז פשוטע פלעינע בעלי בתים נאכאמאל אויפצורייניגען די שמוץ/חילול השם/גזילה וואס די מזרח אידן האבן איבערגעלאזט און באצאלן די פאר שדכנים וואס זענען צוגעלייגט געווארן צו די אלץ-וואקסענדיגע ליסטע פונעם ערליכע אידן וויקטעם ליסטע

הלזאת יקרא מנהיג??? הלזאת יקרא רועה נאמן???
איז דאס די צאנזע דרך??? 
ווי זאגט מען אויף ענגליש
Have you no shame, honor or dignity???

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.