מאת סאטמארי בני ברקי
*"חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"*
*כל כלי יוצר עליך לא יוצלח:*
אנ"ש חסידי רבינו און נאמני מוסדותינו לויבן השי"ת אויף די גרויסע חסדים *שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים,* ב"ה די כת הטעראר האבן געכאפט היינט א מעכטיגע נידערלאגע אין געריכט ווי זיי האבן געפאדערט צו מבטל זיין און אראפצונעמען זייער *'צו הרחקה'* פונעם בנין הת"ת און ביהמ"ד דקהילתינו הק', דער שופט האט זיי אראפגעווארפן פון אלע טרעפ, און זיי קלאר געשטעלט אז די *צו הרחקה בלייבט על כנו חי וקיים,* און ר' הערשל האלצער איז כהיום דער פאקטישער מנהל פון די פלאץ, און ביז ווען א *געריכט וועט נישט פסק'ענען אנדערש איז ער דער אויסשליסליכער מוחזק* , דעריבער קענען זיי נישט אראפנעמען די צו הרחקה וואס ער האט אויף זיי ארויפגעשטעלט.
דאן האבן די כת הטעראר פראבירט מיט די גאנצע כח אראפצוווארפן די סמכות פון ר' הערשל האלצער הי"ו אלס מנהל עמותה פון מוסדותינו הק', דורך פארשטעלן לייבל היימליך א חבר אין די עמותה, *אבער דער שופט האט נאכאמאל פעסט געשטעלט אז עס איז אשאד אויף זייער צייט.*

זייער
לויער האט א לענגערע צייט געשריגן און געיאמערט, אבער דער שופט האט אים
געראטן אז *אנשטאט צו פאברענען סתם די צייט און מאלן וואסער* זאל ער
ארויסגיין מיט זיינע קאסטומער'ס אינדערויסן פון די געריכט זאל און זיי געבן
צו פארשטיין אז די נושא פון די עמותה קענען זיי נישט רירן און אשאד אויף
די אלע שרייערייען.
דערנאך האבן זיי געוואלט טענה'ן פאר'ן שופט אז די *עמותה טאר נישט פארשפארן די ביהמ"ד עטרת זקנים מוצ"ש ווייל מייזליש זאגט שוין דארט יארן (!) זיין שיעור,* דא האט זיי געכאפט א פאטש אין פנים ווען דער שופט האט זיי קלאר געשטעלט *אז די עמותה איז דער מחזיק בנכס און ער איז דער אויסשליסליכער מחליט ווען יא צו צושפארן די טירן און ווען נישט, און אויב וויל ער צומאכן די ביהמ"ד מוצ"ש האט ער די סמכות דערצו* .
נאכן זעהן אז כלתה אליהם הרעה, האבן זיי זיך אנגעהויבן צו בעטן אז דער שופט זאל איינבעטן פאר זיי כאטש עפעס ערלויבעניש אריינצוקומען אין ביהמ"ד עטרת זקנים צו שיעורי תורה און אויף חלוקות פון עסן און אריינצוקומען אין ת"ת צו זייערע קינדער, דאן האט די עמותה זיי באשטעטיגט עטליכע *באגרעניצטע צייטן און אופנים ווען און וואו זיי מעגן אריינקומען אין בנין,* ווי למשל: אין עטרת זקנים נאר דינסטאג נאכט אויף 2 שעה פון 9 ביז 11 אויף א שיעור תורה, און יעדן ר"ח 2.5 שעה אויף א חלוקה, און אינעם בנין בכלל איז נאר אויף שמחות אדער מסיבות פון קינדער בתנאי כפול נאר אויב די עלטערן זענען איינגעלאדנט.

אנשי
שלומינו אטעמען אפ אז די פינסטערע פלענער פון די טעראריסטן צו מבטל זיין
זייער צו הרחקה איז *געבליבן ווייטער קאי וקיים* , און אז די פרואוו צו
מערער זיין אויף די סמכות פון די הנהלת מוסדותינו הק' איז פאשטערקערט
געווארן ביתר שאת וביתר עוז.
*’’לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי’’*
*’’לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי’’*
וכך מדווחים אנשי מייזליש על מה שקרה הייום בבית המשפט
*כי טוב ה' לעולם חסדו*
סאטמאר'ע
חסידים איבער דער גארער וועלט נעמען אויף די פרייליכע נייעס, אז נאך וואס
די אנשי רשע שלוחים פון די געוועזענע הנהלת המוסדות דא אין בני ברק האבן
אריינגעגעבן א געמיינע קלאגע אינעם ציוניס'טישן געריכט אנטקעגן עטליכע
חשוב'ע אינגעלייט מבני הקהילה שיחיו, האט דער ריכטער אצינד ארויסגעווארפן
די קלאגעס און די טייערע אינגעלייט זענען בעזהי"ת גענצליך ריין געוואשן
געווארן, און מיט דעם איז ווידער-אמאל מקוים געווארן דעם *''לא ינוח שבט
הרשע על גורל הצדיקים''*
*די געריכט האט געפאדערט פון אזוי גערופענע הנהלת המוסדות לאזן כבימים ימימה מקיים זיין די שיעור פון די ראש ישיבה אין עטרת זקנים*
אין די זעלבע צייט ווייזן סאטמארע חסידים ארויס זייער גרויל און אפשיי פון די געמיינע יונגען יחידים המשתלטים על הציבור
וואס מאכן אזעלכע נידעריגע טאקטיקן אלעס פאר זייער תאוות הכבוד והשררה
און
זיך נישט צוריקגעהאלטן פון גיין אינעם ציוניסטישן בג"ץ זאל זיי העלפן
אנצוזייען די טעראר וואס זיי ווארפן ארויף אויף אנשי שלומינו אין די
לעצטערע יאר'ן.
מיט
א תפלה אז 'כאשר החילות לנפול נפול תפול' וילמדו תועים בינה און מיר זאלן
שוין זוכה זיין צו ביאת משיח צדקנו ומלכנו בראשינו בב"א.
*עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ, וְאַל תִּטְּשֵׁנוּ לָנֶצַח*
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.