דאס אראפרייסן דעם מעיאר אלץ אנטיסעמיט - זאל זיך ענדיגן ווי פריער. ווייל ס׳האלט נישט ווייט אז די גאנצע וועלט וועט אונז אנהייבן בלעימען אז מיר זענען די וואס פארשפרייטן קאראנע.
נאך דאס פעלט אונז אויס.
קוקט די דאטא
🟢 אמעריקע האט די העכסטע צאל טויטע אין די גאנצע וועלט.❗️
🟢 ניו יארק סטעיט האט די העכסטע צאל טויטע אין גאנץ אמעריקע❗️
🟢 ניו נארק סיטי האט די העכסטע צאל טויטע אין די גאנצע סטעיט❗️
🟢 חרדישע אידן האבן האט די העכסטע צאל נפטרים (ה״י) אין די גאנצע סיטי❗️
און מיר האבן נאך די פערדיש טפשות (כ׳זאג ניטאמאל חוצפה) פון לאכן. מיר באגראבן יעדן טאג אינג און אלט - און מיר לאכן ווי זיבעלעך.
וויאזוי זענען מיר פארוואנדלט געווארן צו אן עם הדומה לחמור ליידער ❓
מיר האבן ליידער די העכסטע פראצענט פון נפטרים אין די גאנצע וועלט - און מיר זענען ביזי בלעימען יעדן אין אונזערע צרות - און מ׳איז ביזי היתכן אנדערע קאמיוניטיס איז אויך נישט.
דאס פייפן אויפן געזעץ בפרהסיא און פרעכיגערהייט וועט זיך ענדיגן זייער שנעל - אבער ליידער נישט לטובתינו.
קינדערלעך טייערע:
דער מעיאר פון ניו יארק סיטי וועט אונז געבן א טייערע לעקציע אין די מקצוע פון דינא דמלכותא דינא.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.