רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 27 בדצמבר 2019

מבקש סליחה ומחילה מהר"ר יצחק לייב וויינגארטן ז"ל

אל כבוד הרה''ח רבי יוסף וואלדמאן שליט''א, 
עסקן נמרץ לכל קדשי ישראל ובפרט לבית סאטמאר וקרית יואל יצ''ו,
ולא לחינם ריפט מען אייך דער ''בעל הצלת יוסף'' וואס האט אסאך אידען געראטעוועט פון די זעלבע מיני רציחות פון דעם נפטר ר''ל.

קודם וויל איך אייך דאנקן אז איר אליינס האט מיר שוין מוחל געווען מיט יארן צוריק פאר די בזיונות וואס איך האב אויך געטין קעגין אייך אליינס וד''ל.
 איך וויל מיט אייך מיטיילן מיינע בוזשעוועדיגע געדאנקן כדאי פשוט מיר גרינגער צו מאכן אויפ'ן הארצן. 
איך בין זייער אנגעווייטיגט ווייל איך האב קיינמאל נישט איבערגעבטן הר''ר יצחק לייב וויינגארטן ז''ל וואס ער איז די וואך פלוצלינג נפטר געווארן ה''י. 
דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, אפשר קענט איר מיר א ביסל טרייסטן, 
ווייל איך מאך א שטיקל תשובת המשקל. והשם הטוב ירחם עלי.

איך האב נישט קיין שום קירבות אדער באקאנטשאפט מיט די אבלים פון דעם גרויסן נפטר ע''ה. 
אבער איך בין א סאטמאר וויליאמסבורג אינגערמאן וואס האט אים געטשעפעט אלץ קליין קינד, ווען סאטמאר האט יעדען אויפגעהעצט אז ער איז דאס ערגסטע.
מען ברויך נישט אריין גיין אין די פרטים אבער ער איז געווארן דער ציל ברעט פון די דעמאלטסדיגע סאטמאר הערשאפט צו רציחה ממש, 
ווען מען האט אים געשלאגן און פארשעמט לעיני כל הגויים אויף די גאס פאר זיין אייגענעם הויז, פאר זיין אייגענע משפחה פון א גרויסע שטיב מיט טייערע קינדרעליך, 
וואס ער האט געשוועבט א שטיק צייט בין חיים למוות אין שפיטאל ר''ל
דעמאלטס בין איך אויך ליידער געווען צווישן די חסידים שוטים, ואכזרים, וואס האבן צוגעלייגט אן האנט צו די שפיכת דמים פון דעם נפטר ר''ל. 
איך האב שוין לאנג אים געוואלט איבערבעטן, אז פארוואס איך האב אנטייל גענומען און געגלויבט די לשון הרע'ס פון דעמאלטס.
דעמאלטס האב איך נאך נייאיוו געגלייבט אז די ראשי סאטמאר האבן געמיינט נאר דעם כבוד השם, און נישט זייער אייגענע כבוד. 
אבער ער איז געווען זייער א שטילער איד אן אויסטערלישער שתקן ונחבא על הכלים.
ואפילו די לשון הרע'ס דעמאלטס איז אויך נאר געווען צוליב'ן אונטערהערן זיינע פריוואטע שמועסן דורך א שכן א מעכטיגער ראסיסיטישיער חסיד, אן א' וד''ל.
 איז אזוי, האב איך מיך געשעמט אים צו אפראוטשן און אים זאגן ווידו אפען און קלאר אין צו  פראזענליך זיך אויסוויינען פאר אים אז איך האב אים אזוי וויי געטון און מיט געהאלטען די שרעקליכע רציחות, יסורים וואס האט אים געמאכט א קאליקע אויף לאנגע יארן און שאדן געמאכט,  
אלטץ פאר זייענדיג א פלעינער אימוויסענדער חסיד שוטה. 

לעצטע וואך איז דער איד פלוצלינג אוועקגעפאלן פון א מאסיווער בלוט שטרוץ אין מוח ר''ל אין אינגן עלטער פון בלויז 71 יאר, לדאבון לב כל משפחתו מכיריו ידידיו ואוהבויו. 
באמת ער איז געווען גאר א הייליגען איד א גרויסער עסקן און טאן אזויפיל חסד במסירת נפש די אלע יארן זיט דעמאלטס, 
אבער אלעס איז געווען אונטערן טיש באלהאטערנערהייט מיט עקסטרמע הצנע לכת. 
אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פון מיין זיך פארזוימען און אזוי ארום פארשפילט איבערצובעטן דעם איד ווילאנג ער האט נאך געלעבט. 

איך האב ליידער אים נישט איבערגעבעטן בחייו, 
אבער בחיי יא!. 
איך האב זיך נארוואס צוריקגעקערט פון די שבעה דארטן אויפן פיפטן שטאק אין בעדפארד גארדענס געביידע, וואס איז מיר נאך אזוי איינגעקריצט אין גירסא דיונקותא, דעם ביטערן זיכרון פון מיין שטויסן אינעם לעצטן ברוינעם שטאלענעם טיר דארטן אויפן פיפטן שטאק איז נאך ביי מיר שטארק איינגעקריצט, 
ווען איך בין געווען א טייל פון א ציושטער המון עם, וואס זענען מוצאי יו''ט נאכ'ן באגלייטונג פון רבין דעם בייראך משה, געהייסן גיין אויפברעכן זיין טיר און אים פשוט הארגענען. 
מיין שיך איז נאך דאן געווען א קלענערע סייז ווי איצט ווייל איך בין געווען א קינד, 
אט דער שיך אפדרוק פון מיין שטויס איז נאך דארטן פרישער אין מיין צירידערט הארץ ווי אייביג! 
איך האב אויסגעבראכן אין א יומערליך געוויין פאר זיינע קינדער לאו''י זאגענדיג פאר די אבלים אז איך קען זיי נישט, און זיי אויך מיך נישט, 
אבער איך האב נישט עספייעט איבערצובעטן זייער טייערן פאטער, זייער ברודער דער נפטר זצ''ל און זיי זאלן מיר מוחל זיין בשמו - 
זיי האבן מיר קודם גענטפערט, אז לעולם זיי דארף איך אויך איבערבעטן ווייל זיי זענען דאן געווען קינדער און זיי האבן אליינס מער געליטן פון זייער פאטער ר' יצחק לייב' אליינס, מיט נאכשרייען זיי איבעראל, זיי ארויסגעווארפן פון אלע ת''ת, ועוד ועוד. 
איך האב זיך ביטערעליך אויסגעוויינט פאר זיי, 
און באקומען פון זיי א אנזאג בשם זייער פאטער ז''ל אז ער האט זיי אפילו געלאזט צוואה אז זיי זאלן מוחל זיין יעדן איינעם. 
איצט דארף איך נאך ארבייטן די קינדער זאלן מיר אויך מוחל זיין בלב שלם אבער דאס וועל איך נישט מיטיילן מיט אייך די שרעקליכע געפילן מיינע,
נאר דעם נפטר'ס צוואה. 
וואס ער האט געזאגט די קינדער, 
אז מען זאל מוחל זיין יעדן איינעם און זאגן בשמו אלע וואס בעטן איבער,-
''אז עס איז זיך אים געקומען די פעטש, אויף מוחל עוונותיוו'' 
דער סיבה האט ער געזאגט ''ווייל די שלעגער זענען נאר געווען שלוחים פון זייער פורער און האבן דאס נישט געטאן אויף זייער אייגנעם דעת.''  - 
איר הערט ווערטער פון אן אמת'ער ערליכער איד?! 

איך וויל נאר צוענדיגן מיט א מוסר השכל, 
אז דער נפטר איז אזוי אינג און פלוצלינג אוועק פון די וועלט, 
אז מיר זאלן אלע לויפן איבערבעטן יעדן איינעם וועמען מיר האבן געטשטעפעט אמאל, ווילאנג מיר לעבן נאך. 
ווייל מי יודע וויפל צרות דאס האט געברענגט - און קען נאך ברענגען אויף אייך און אייערע קינדער און קינדס קינדער ל''ע

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.