רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 12 באפריל 2026

מאמצים אדירים לכינוס כל האחים מסאטמאר לשתיית 'לחיים' מחר לרגל ההסכם על חלוקת הירושה במשפחת סיגוט-סאטמאר


יא! ס'איז א פאקט!!!
ס'קומט טעג וואס מ'וועט זיך דארפן ציפן צו זעהן אויב מ'איז וואך!!!
פרישע פארשריט ווערט אצינד אויפגעדעקט וואס האט זיך געטון אינטערן טיש, די לעצטע פאר טעג און וואכן.
די שאקירנדע און אומגלויבליכע נייעס ווערט אצינד פארשפרייט, אז יא! מיר גייען דערלעבן היסטארישע טעג!!! 
'טעג' וואס וועט איינגעקריצט ווערן ביי תלמידי וחסידי סאטמאר, אלס ספציעל היסטארישע מאמענט! 
די רעדע איז פון די אומערווארטעטער און אימגלויבליכע נייעס אז אי"ה קומענדיגע מאנטאג, יום כ"ו ניסן יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק ז"ל וועט פארקומען אן מסיבת לחיים רבתי!
פון אינטערן טיש איז  אויפגעדעקט געווארן די רשימה פון די משתתפים, הלא המה:
האדמו"ר מהר"א,
אב"ד זענטא,
האדמו"ר  מהרי"י,
אב"ד סאטמאר 15,

אב"ד סאטמאר בארא פארק,
גאב"ד סאטמאר מאנסי, 
אב"ד סאטמאר מאנטריאל,

אזוי אויך וועט זיך באטייליגן:

אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, 
הרב חיים שלמה פישער, 
הרב יהושע מענדלאוויטש, 
הרב נפתלי הירצקא שטיין, 
הרב דוד עקשטיין,
הרב שמואל הכהן פריעדמאן,
הרב מתתיהו דייטש,

אב"ד סיגוט בארא פארק,
הרב אליעזר קעסטנבוים,
הרב משה פרידעמאן, 
הרב ליפא פריעדמאן,
הרב משה יצחק ווערטהיימער, 
הרב שמואל טייטלבוים,

עס וועט זיין א מסיבת לחיים לרגל די צוואנציגסטע יום הילולא, און לרגל די חלוקת הירושה.
עס וועט פארקומען און די נאכמיטאג שעות,
 בבית ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש בקרית יואל המורחבת.

יא! עס גלייבט זיך שווער! אבער די היסטארישע מינוט איז אנגעקומען!!!!!!!!!!  
פון אינטערן טיש הערט מען אויך אז דאס איז  אן התחלה אויף גאר גרויסע זאכן, !!  דאס קומט נאך לענגערע געשפרעכן פון אלע צדדים, ובראשם איז געווען ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש אינאיינעם מיט  ר' ליפא פריעדמאן און משה יצחק ווערטהיימער,
אזוי אויך איז שטארק געווען אריינגעלייגט אין די נושא ר' אליעזר קעסטנבוים, וואס ווי באקאנט זוכט ער שוין די לעצטערע יארן צו איבער בעטן און צו שלום מאכן, 
ב"ה מיר האבן עס דערלעבט!!!

ווי ס'קוקט אויס, איז דא געווען מערערע קאמפליצירטע ענינים, מ'דארף נאר ווארטן עס זאל זיך אויפדעקן פאר די ריזן ציבור חסידי סאטמאר.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.