רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 19 ביוני 2019

הזאלונים מתעוררים!!! אהרוני בא חשבון

מאת סאטמארי מירושלים
 
עפעס א פארביסענער זאולי (אין בעצם וועלכער זאלי איז נישט קיין פארביסענער) האט דא נעכטן געשריבן א גאנצע מגילה וויא ער פראבירט אראפ רייסן ד'רבי שליט"א מיט זידלרייען וואס ער האט געווען געוואלט סי זאל פאסירן, וויא צום ביי שפיל אז ר' חיים הערש האט געשריבען אין געווארפן בשעתו פאשקווילן קעגן ר' משה אריה זי"ע, אין נאך א זעלכע פיסטע נארישקייטן, 
 
דאס פארציילט ער נישט, אז שמילי טייטלבוים (שמיל קומפוט) דער מלמד פין ר' זאולי איז געקומען די וואך דא אין ארץ ישראל צי גרייטען ד'מסע א מלחות אויף חודש חשוון, זעען מיט וועמען גייט מען צי צום טיש, נאך דעם קלינגעדיגן פראסק וואס ער האט געכאפט פין הרב וואזנר זצ"ל דעם לעצטן באזוך, נעמט מען שוין מער  קיין טשענס, אין די עדה החרדית פרייט זיך אויך נישט צי דעם גאסט, נאך וואס זיינע פערדן האבן מיאוס אראפ געריסן דעם ראב"ד הגאון הגדול רבי משה שטרנבוך שליט"א ביי זיין באזוך אין וומסב"ג דעם פארגאנגענעם זומער, 
 
מיט וועמען איז מעען געבליבן צי גיין צום פאראד ? די קוקניקעס וואס האנט רופען זיי זיך "הפלג הירושלמי" ר' שמיל אויערבאך'ס תלמידים, וואס זענען היינט ציפליקט אין צישטויסן צווישן זיך אזוי וויא עס דארף זיין, צי מ'זאל יא האבן א'שייכות מיט סאטמאר - זאולי צוליב די גראבע געלטער וואס מ'קען ארויס באקומען פין זיי, אדער סי נישט ווערט דעם בזיון אז לייטישע בני תורה זאלן האבן עפעס א'שייכות מיט סאטמערע בעלי עגלה'ס, 
 
אין פארוואס מאכט נישט ר' זאלי'שעל א רב אין זיין קהילה אין ירושלים נאך וואס זיין חיים הערשעלע האט אפ געטראגן פון דאהי, אין ער באוייזט זיך נישט זיין פנים פין א ל"ג בעומר צי א אל"ג בעומר?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.