רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 6 בפברואר 2019

די זאלוינישע טשאלנט עקאנאמיקס

אל רומע''כ מכובדי יקירי המשפיע הדגול ספרא רבה ופה מ''מ כש''ת הרב רבי חיים שאולזאהן שליט''א

רבי יחזקאל אברמסקי פלעגט זאגן דאס סאיז איהם נאך קיינמאל נישט גילונגען צוזאמענשטעלן א שידוך.. און טאקע פארוואס נישט? האט ער מסביר געווען, דאס ער איז א בעל שכל-הישר און שידוכים קלעבן זיך בדרך כלל צום היפוך פונ'ם שכל הישר..
א היבשע צייט האב איך געריבן די אויגן און באוונדער דעם שידוך אהבה בתענוגים צווישן דעם טשייניקהאקער שקאנדאליסט שמידל פון בני ברק או די איבערשפיציגע זאלויני'שע חלמאים פון וויליאמסבורג און לאנדאן..  
מרא דאברהם, וועלכער בר דעת קען ענטערטיינען דעם טיאריע דאס: בכל הנוגע לקברי ישראל וספקותיהם לית דין ולית דיין אזוי ווי אין אלע יסודות הדת שנמסרו לחכמים פוסקי ההלכה במקומם. נאר עס בעלאנגט צום איין און איינציגן דאוויד שמידל ואין עוד מלבדו.. בבחינת משה רבנו של תורת המות והקבר.
און נישט בלויז דאס אזוי מוז זיין להלכה (צוליב עפעס אן אמירה פון רבי יושע בער דער בריסקער ראש ישיבה..), נאר כופין על השמודיל!! און אח און וויי צו די יארן פון דיע וועלכע פאלגן נישט, יהיו מי שיהיו. און דער שלאנגעוואטער פויגל קאמאנדירט איבער א פריוואטע מיליצע פון געהעצטע פרומע סאדיסטן,  לרדפם להדפם ולהומם עד פתח קברותיהם..
לכאורה א נארן-הויז היכי תמצי, משוגע מטורף כי לעולם חסדו.. ווען דאס וואלט בלויז נישט געווען אזוי מיאוס בלוט געשמירט צביעות'דיג און קרימינאל..
און פלאי פלאות, די זאלוינים וועלכע טענה'ן צו זיין די רייכערע און מער אויפגעקלערטע פון די אהרונים.  זענען נישט בלויז געווארן די נושאי כלים פון יענעם ווייצענ'ער פערדס גנב, זיי האבן אויך אדאפטירט זיינע מיאוסע רשעות'דיגע מעטאדן צו דערטרעטן און רודפ'ן יעדן וועלכער שטופט נישט מיט זיין הינקעדיגן מרכבה ואין נושאים פנים לחכם ולגדול.. אזוי ווי מיר האבן ערפארן דורך הרב שטערנבוך'ס וויזיט אין אמריקה, און די יעצטיגע שדים מוזיק פאר'ן באזוך פונ'ם מנהיג קהילות תולדות אהרן (וועלכע זענעם אייביג געוועזן הונדערט פראצענט געהאפטן צו סאטמאר). 
אבער, ווי מען זאגט: פון צווי תמיהות ווערט אפט שווערע זאכן מיושב.
מען האט אונז לעצטנס מיטגעטיילט מיט א ווידיאו קליפ פון א סאטמארער טשולנט נגיד פראוועט זיך א חלוקת הדאלער בילס פאר די יתומות אין בית-לפליטות..  נאטורליך ס'איז געוועזן א שווערער מחזה צוצוקוקן און פערדייען. אבער אין איין פונקט האב איך אויסגעשאסן מיט א געלעכטער..
דאס איז געוועזן ווען יענער אץ דץ.. האט אריינגעפלאכטן אין זיין פערדס גנב'ס נדיבנות דעם שיטע-קעדוישע און פערלאנגט די ספרדי קינדער זאלן רעדן אידיש, ניש דעם איווריט..  
דאס האט מיר דערמאנט דאס זינט די פאנטאסטישע הפלגות און ווילדע גוזמאות אויף רבי יואל'ס פזרנות. די סאטמארער טראגן זיך נעביך מיט א אידיאסינקריסיטי, דער דומער זעלבסט-איינרעדעניש דאס סאטמאר איז מעכטיג, סאטמאר טיילט, סאטמאר הוא המשביר, סאטמאר האלט אויס אידישקייט אומיטום..  
אבר געלט איז דאך באגרעניצט, וואס טוהט מען צו מיינטיינען די זיסע אילוזיע?
מען ברויך קודם פסלן'ען ניין און ניינציג פראצענט פונ'ם חרדיש'ן וועלט אלס עובדי הבעל הציוני אוכלי שולחן איזבל. און מען מוז אויך זוכן סכסוכים, צו קענען מרחק זיין די גרויסע מוסדות פון די הייפל וועלעכע נעמען נישט פונ'ם טמא'נע מדינה.
און אזוי ווי זייער גליק מיט ר' יוסל שיינברגר בשעתו, האט מען זיי צוגעשיקט פון הימל א קאט-פרייס שקאנדאליאזע שנאר געשעפט ווי שמודל'ס אתרא קדישא. איי די קושיות וואס בלייבן איבער די קרעדענשלס פון די נייע מחותנים?!  אהה בע מע..
העיקר דאס ס'איס ערפארדיבל און מען קען מען ציהען די שטריקן פונ'ם די עקשן אין ארץ ישראל, און אויך האבן טענות צו זיין ברגז מיט נאך און נאך ערנסטע מוסדות וועלכע גיין שוין יא בשיטתם. 
והשורה התחתונה: איט איז אולל גוד פאן.. אנד פראקטיקל עקאנאמיק'ס..
מנאי
יהודי פשוט
לאנדאן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.