היות עס איז - נאך פינף יאר וואס עס גייט אן - אנגעקומען צו
מיינע אויערן אז בחורים און יונגעלייט פון אפילו פיינע שטובער דרייען זיך
מיט איי-פאונס וואס איז אפען צום אינטערנעט (טראץ די מולטי מיליאן
דאלארדיגע אסיפות דערקעגן); אייפאונס אויף וואס מען שיקט שמוציגע בילדער
און קליפס פון אומאיידעלע זאכן און לשון הרע׳ס; טעלעפאון ליניעס וואו מען
הערט זיך צו צו די מיאוסע ניוול פה פונעם ״וויקטים אקטיוויסט,״ טו איך
אויפפאדערן דא בשער בת רבים אז די היימישע ציבור זאל הערן קול מבשר וויפיל
מען קען און גלייכצייטיג אויך איינקויפן דער שטערן, שפאקטיוו און בליץ;
יעדע אויסגאבע באזונדער. די אויסגאבעס און קול מבשר זענען ווייט נישט קיינע
לכתחילות, אבער נאכ׳ן זיך דורכרעדן מיט גדולי הדור רבנים הגאונים שליט״א
איז מען געקומען צו די החלטה אז - לכאורה - איז בעסער פאר׳ן עולם צו ליינען
איבער האניגיידס/האני בעדזשערס און הערן באריכטן איבער אנטיסעמיטישע
אטאקעס אין פאריז ווי איידער צו זיין פארנומען מיט שטותים אין פארעם פון
פאלשע ק/פ אויף וואטס עפס; אין פארעם פון בילדער מיט ניוול ווערטליך פון
דזשימי קימעל אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה
ולא מעם אחר.
החותם בכובד ראש
הלל וויינבערגער
הלל וויינבערגער
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.