טייערע אידן,
א דרינגענדע רוף דורך כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, צו העלפן ראטעווען די היסטארישע
שול אין וואודבורן, ניו יארק
שטעלט אייך פאר אז מען גיבט אייך די געלעגנהייט צו שטיצן די חסד און
קירוב אקטיוויטעטן וואס קומען פאר אינעם הייליגן געצעלט פון אונזער זיידע אברהם
אבינו! איר וואלט אוודאי אויפגעשפרינגען מיט פרייד און געכאפט די געוואלדיגע זכי'
מיט ביידע הענט, אן טראכטן קיין איבריגע סעקונדע. א קלייניגקייט? פארשפרייטן חסד
איבער די גאנצע וועלט, לערנען דורכגייער אז ס'איז דא א בורא עולם, און זיי ברענגען
נענטער מכיר צו זיין אז ס'איז דא א באשעפער! ווער וויל דען פארפאסן אזא
געלעגנהייט?
לרשימה המלאה ותמונות כנסו כאן:
א דרינגענדע רוף דורך כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, צו העלפן ראטעווען די היסטארישע
שול אין וואודבורן, ניו יארק
שטעלט אייך פאר אז מען גיבט אייך די געלעגנהייט צו שטיצן די חסד און
קירוב אקטיוויטעטן וואס קומען פאר אינעם הייליגן געצעלט פון אונזער זיידע אברהם
אבינו! איר וואלט אוודאי אויפגעשפרינגען מיט פרייד און געכאפט די געוואלדיגע זכי'
מיט ביידע הענט, אן טראכטן קיין איבריגע סעקונדע. א קלייניגקייט? פארשפרייטן חסד
איבער די גאנצע וועלט, לערנען דורכגייער אז ס'איז דא א בורא עולם, און זיי ברענגען
נענטער מכיר צו זיין אז ס'איז דא א באשעפער! ווער וויל דען פארפאסן אזא
געלעגנהייט?
איר האט יעצט טאקע די געלעגנהייט צו שטיצן און אויפהאלטן א צענטער פון
חסד און קירוב וואס גייט אין די פיסטריט פון אברהם אבינו'ס געצעלט. דאס איז די
היסטארישע שול אין וואודבורן, ניו יארק, וואס נויטיגט זיך דרינגענד אין אייער
הילף.
הגה"צ רבי מרדכי יונגרייז שליט"א, אדמו"ר מניקלשבורג ,
האט אויפסניי געעפנט די אלטע שול אין די שטאט וואודבאורן אין יאר תש"ע,
נאכדעם וואס עס האט זיך פארמאכט מיט צען יאר פריער. דער רבי שליט"א איז א
באקאנטע פערזענליכקייט אין די תורה וועלט, מיט פילפארביגע אויפטוענגען אויף אלע
געביטן פון תורה ויראת שמים. זיין גרויס אהבת ישראל און אהבת התורה קומט צום
אויסדרוק טאג טעגליך, זייענדיג פאר די לעצטע 35 יאר א מלמד תינוקות אין ישיבת
רבינו חיים בערלין. אין די נאכמיטאג און אוונט שטונדן האט דער רבי שליט"א אן
אפענע טיר אין זיין בית המדרש אויף די 16'טע עוועניו אין בארא פארק, וואו מענטשן
קומען כסדר אריין, יעדער מיט זיין פראבלעם, און גייט ארויס מיט פארלייכטערונג.
די פעולות וואס דער רבי שליט"א טוט אין וואודבאורן איז נאך א
רינגל אינעם קייט פון אויפטוענגען פאר כלל ישראל. בשעת מיר אלע ווארעמען זיך
אינדערהיים, באשיצט פון די ווינטערדיגע פרעסטן, איז דער רבי פארנומען צו זארגן פאר
די רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע געברויכן פאר אידישע קינדער, אינעם קומענדיגן
זומער הבעל"ט.
צען יאר נאכדעם וואס די שול אין וואודבורן האט זיך פארמאכט, האט דער
רבי עס ווידער באנייט. נישט קוקנדיג אויף די בליקן פון דורכגייער, האט ער זיך
געשטעלט ביים אריינגאנג צום בית המדרש מיט א גרויסע טאוול: "טעגליכע
מנינים!" ער האט געגריסט די דורכפארער, און צו די וואס האבן אפגעלאכט פון אים
האט ער רואיג געענטפערט, "מעגסט לאכן. איך וועל ווייטער אנגיין, מיט'ן
באשעפער'ס הילף."
דעם ערשטן זומער וואס די שול איז געעפנט געווארן זענען 20,000 (!)
אידן אדורך די שול צו דאווענען און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א טרונק אדער
איבערבייס, וואס דער רבי האט צוגעשטעלט אן אפצאל פאר יעדע איד. פון יענע זומער און
ווייטער איז די צאל באניצער כסדר געשטיגן, און לעצטע זומער האבן 80,000 אידן
געניצט די שול. צווישן 30 און 40 חיובים האבן זיך פארלאזט צו ניצן דעם עמוד טעגליך
אינעם וואודבורן שול.
די שול איז נישט נאר א הייליגע מקום תפילה, נאר אויך א פלאץ וואו אידן
קענען זיך אפרוען אינמיטן פארן אויף די לאנגע קאנטרי וועגן, און זיך אביסל דערכאפן
דאס הארץ – גענוי ווי אברהם אבינו'ס געצעלט. עס איז געווארן א צענטראלע אדרעס פאר
די וואס זוכן חיזוק, דורך זיך שואל עצה זיין מיט'ן רבי'ן שליט"א, אדער דורך
זיך דערקוויקן מיט איינער פון די פילע שיעורים וואס דער רבי האט צוגעשטעלט
דורכאויס'ן זומער. פונקט ווי ביי אברהם אבינו'ס געצעלט, מאכט דער רבי זיכער אז
יעדער איד וואס פארלאזט די שול גייט ארויס דערקוויקט פיזיש און גייסטיש.
צו וועט דאס אלעס חלילה קומען צו אן ענדע?
די שול איז 96 יאר אלט און האלט פשוט ביים צעפאלן. די שולכ'ל איז
קיינמאל נישט געבויט געווארן צו קענען פארנעמען אזא גרויסע פלייץ פון דורכגייער.
דעם פארלאפענעם זומער האבן די פלארס גענומען זינקען און אכט שטאנגען וואס האלטן
אונטער די געביידע האבן זיך גענומען וואקלען. מען מוז קריטיש וויכטיג איבערבויען
די שול צו מאכן זיכער אז עס וועט קענען געעפנט ווערן דעם קומענדיגן זומער
הבעל"ט. מען דארף גענצליך איבערמאכן די פלאר, און איבערבויען די וואש-צימערן
וואס דינט פאר א ריזיגע ציבור פון דורכפארער. די ארבעט ווערט געשאצט אפצוקאסטן
50,000$.
דער רבי זאגט שטענדיג אז ס'איז נישט זיין שול. די געביידע טראגט נישט
קיין טאוול אז ס'איז די ניקלשבורגער שול. ס'איז כלל ישראל'ס שול, ווי עס ווערט
טאקע אפיציעל גערופן: "קהל בני ישראל."
אויב איר זענט פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן גענאסן פונעם
שול, און אפילו אויב נישט, וועט איר זיכער פארשטיין די וויכטיגקייט פון אויפהאלטן
כלל ישראל'ס שול, אז עס זאל ווייטער קענען דינען אזא ברייטן ציבור כ"י.
"אלע פינאנציעלע סטאקס פון די גרעסטע פירמעס שטייגן און פאלן
כסדר, אבער די סטאקס אין וואודבאורן גייט נאר ארויף," זאגט דער רבי מיט א
שמייכל. "די צאל דורכפארער שטייגט יערליך, און די חסדים טובים, שעות פון תורה
ותפילה און חיזוק פאר אידישע קינדער וואס גייט ארויס פון דארט ברענגט אלס מער
רווחים. מען טאר נישט צולאזן אז אזא טייערע שול זאל אפגעשטעלט ווערן צוליב א מאנגל
אין געלט!"
מען האט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין דינער אדער מלוה מלכה פאר'ן
שול, צו דעקן די אויסטערלישע אויסגאבן וואס עס קאסט פאר'ן בית המדרש צו
פונקציאנירן דורכ'ן זומער. די שול ווערט אויסגעהאלטן דורך קלוגע, גוטהארציגע אידן
וואס פארשטייען א גוטן מקח – זיי פארשטייען וויאזוי מ'קען מיט בלויז אפאר דאלער
איינקויפן געוואלדיגע זכותים פון מחי' זיין אידישע קינדער און מקרב זיין אלע סארטן
אידן פון פארשידענע קרייזן לאביהם שבשמים.
יעצט האט איר אויך די זעלטענע געלעגנהייט צו נעמען אנטייל אין שטיצן
אברהם אבינו'ס געצעלט אין היינטיגן דור. כאפט אריין די אויסטערלישע זכי' דורך מנדב
זיין די איבערבוי פונעם קאך, אדער אנדערע וויכטיגע חלקים פונעם בנין.
אריינצושיקן אייער ברייטהארציגע נדבה:
Rabbi Jungreis
Cong, Niklesburg
1607 49th Street
Brooklyn, NY 11204
צו מנדב זיין דורך קרעדיט קארט, אדער פאר סיי וועלכע פראגע, ביטע רופט
דעם רבי'ן שליט"א דירעקט:
1-646-256-4049
תזכו למצוות!
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.