היות ס'איז נתגלה געווארן אז דער רעדעאקציע פון דעם
ציוניסטישער צייטונג פון ארץ ישראל "משפחה" האט זיך בערמה אריינגעכאפט אל
הקודש פנימה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א די פארגאנגענע וואך אין קרית יואל -
זיך אנגעבנדיג אלס עסקנים אין א געוויסע שטאט אין ארה"ק, און דערביי
געשמועסט מיטן רבי'ן איבער פארשידענע דברים העומדים על הפרק, און זיי
גרייטן זיך דאס צו מפרסם זיין דעם קומענדיגן יו"ט פסח אין זייער אויסגאבע
אלץ א מכלומר'שטע אונטערוויוא מיטן רבי'ן, ליגט אויף אונז א פליכט צו מוחה
זיין ברבים איבער די מעשה נבלה וואס איז געטון געווארן, וכל מי שיש בידו
למחות זאל פרובירן זיך משתדל זיין אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען.
עס איז ברור כשמש דעתו הברורה פון מרן רבינו שליט"א אז די אלע
צייטונגן זענען מוקצה מחמת מיאוס, און זענען דירעקט געשטעלט מיט א ציהל
אפצולאכן און קאלט מאכן את כל הקדוש לנו, עס איז קיין ספק אז עס נישט נישט
ניחא דעתיה פונעם רבי'ן אז זיינע ווערטער זאלן דארט מפורסם ווערן בערבוביה
פון צענדליגער אנדערע ארטיקלן מלא כפירה ומינות.
דעריבער בעטן מיר אלע אנ"ש זאלן זיך פארבינדן בדרכי נועם צו
די רעדעאקציע פון דעם צייטונג און בעטן זיי זאלן דעם שמועס נישט מפרסם
זיין, ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
די טעלעפאן נומער איז: 077-202-0500
פעקס: 077-202-0501
פון אמעריקע איז עס: 011-972-77-202-0500
אדער זייער אימעיל: info@mishpacha.com
פעקס: 077-202-0501
פון אמעריקע איז עס: 011-972-77-202-0500
אדער זייער אימעיל: info@mishpacha.com
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.