ווי נאטורליך, האט דאך יעדע מענטש זיינע שיטות און דיעות אויף אלץ און אלעמען, און די פראבלעם ווערט ווען מ'זעט עפעס וואס שטימט נישט מיט מיינע דיעות הונדערט פראצענט.
איז דער בעל מידות מחליט צו ער דארף יעצט שווייגן – ווי אלעמאל – און אוועקקוקען, אדער גאר מוז ער עפעס זאגן. און דער וואס איז נישט אזא אויסגעארבעטער נשמה, טרעפט באלד א מצוה און א עבירה לויט זיין שכל, און געבט יענעם בפה, ובידים אויב ס'פעלט אויס...
אני נפשי, אני הגבר, האב געהאט דעם געפיל לעצטענס, און ס'האט מיר אויסגעשלאגן א החלטה, אז אנשטאט שווייגן, אדער שרייען, וועל איך עס בעסער ארויסזאגן פאר א חבר מיינע, וואס האלט גענוי ווי מיר, און אזוי וועל איך אפשטילן מיין ווייטאג אויף וואס כ'האב צוגעזען.
מעשה שהיה, אז א מחנך מובהק גייט צו צו א באקאנטער פורש מן הציבור, און קלאפט עהם אין רוקן... א גוט מארגן וויאזוי גייט דיר פרנסה...
ביי מיר אין מחשבה האט זיך צוזאמגעשטעלט דעם אלטן טענה, וויאזוי קענען אזעלכע כלי קודש און בעלי תורה חנפ'נען אזעלכע אויסוואורפן, און מיין מסקנה איז אלץ געווען, אז זיי האבן ליב צו חנפענען בחינם, כדי נישט צו הייסן א עקסטרעמיסט!
און נאכן זיך אויסרעדן פאר א חבר מיינע – וואס כ'האב צוגעזען, און ווי שטארק די פעלער דערפון איז, און אז איך קען עס נישט פארשטיין... איז פארלאפן א מעת לעת, ווען אט יענער כלי קודש לאזט מיר א ''וויכטיגע מעסעדזש''. פונקט ער? מיר?... איך גיי עהם אריינגעבן... ס'נישטא קיין ברירה, ער דארף וויסן אז מ'זעט און מ'וואונדערט זיך אויף זיין שתי פנימ'דיגע הנהגה.
און די מעסעדזש איז, אויב איך קען עהם באשרייבן א שיינעם מאמר, וועגן א געוויסע דבר על הפרק, און וויבאלד ער נויטיגט זיך אין א היימישער געפיל, האט ער געשפירט אז איך קען עס עהם דערליפערן גוט.
און כ'קלונג צוריק, און זאג עהם מיט וואונדער; [היבש איינגעהאלטן ובסבר פנים] צו האסטו נישט געקענט בעטן יענעם און יענעם פורש מן הציבור, וואס טוהט אויך אין שרייבעריי... ער טוהט עס אפציעל, און איך נישט ממש.
איך האב געהאפט אז ער וועט כאפן דעם רמז, אויפ'ן שענסטן וועג...
אבער צו ער האט געכאפט דעם רמז גלייך, צו נישט; דאס ווייס איך נישט. אבער איך האב זיכער געכאפט א התעוררות, ווען כ'האב געהערט זיין תשובה.
והנה, ענטפערט ער מיר. הלוואי זאל איך נישט דארפן קיינמאל אנקומען צו יענעם... אבער וואס קען מען טון ווען מ'דארף דעם גנב, נעמט מען עהם אראפ פונעם בוים... און יענער האט זייער גוטע קאנעקשענס צו אלע היימישע צייטונגען, און ווען איך דארף עסקנות זאל פארשפרייט ווערן, איז ער דער בעסטער שליסל.
- אבער סתם אזוי? סתם אזוי שטיי איך זייער ווייט פון עהם, ער באקומט פון מיר ווארימע גוט מארגענס, אז די רעדער זאלן זיין געשמירט... אבער השקפה וועל איך פון דיר בעסער נעמען ווי פון עהם. ממילא ביטע שרייב עס פאר מיר דאס מאל.
איך האב דאס אנגענומען ווי א פאטש! פארוואס האב איך פארזען דעם משנה; וֶהֱוֵי דָּן אֶת כָּל הָאָדָם לְכַף זְכוּת???
און כ'האב געטון א שטיקל תשובת המשקל, און עס מסביר געווען פאר'ן חבר מיינע, אז נישט אלץ איז גוט צו קוקן מיט קנאות, און יענעם אראפקוקען ווי א שתי פנים, ווייל ס'דא אלץ נאך הסברים – אויף וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן.
און דאס ברענגט שוין צו צום כללות'דיגע צורך פון התבוננות אויף דן זיין לכף זכות. דהיינו, אז מ'זעט ווי איינער שרייעט, איינער טוהט א פארקערטע זאך, צו איינער טוהט נאריש, צו איינער טוהט 'נישט' ווען ער דארף יא טון. קען מען נישט גלייך דן זיין יענעם צום שווארצן ליסטע.
ווייל בכללות ווערן מענטשן געבוירן מיט אזעלכע פארשידנארטיגע נאטורן, אז וואס איז לעיני בשר נאריש, צו פויל, צו הייפערזיכטיג, איז גאר יענעמס נאטור – און ער איז נישט דווקא שולדיג – ער איז בכלל נישט קיין מזיד און זיכער נישט קיין להכעיס!
די חז''ל זאגן דאך, אז ס'ווערט נגזר ווער ס'זאל זיין א חכם צו א טיפש, א צדיק אדער א רשע. א היציגער צו א געלאסענער, א שנעלע מוח צו א באזונדער שטייטע פארשטאנד. און אז מ'זעט איינער איז א עוקר הרים, און דער צווייטער איז א 'סיני', איינער לערנט דפים וספרים ווי א באן, און דער אנדערער האט דיסלעקציע, אדער אנדערע קאנצענטראציע אפהאלטונג.
אז מ'וועט באמת צונעמען רוב מעשים, וועלן מיר ווייניג טרעפן איינער זאל טון עפעס ממש לכתחילה להכעיס, יענעם צו דערמארדן לעבעדיג. און אפילו יא איז עס דאך אויך נישט בגדר אדם, עפעס וואס האט עהם געברענגט דערצו און יעצט איז ער נישט אין קאנטראל.
אוודאי זאלן די קנאים ווייטער טון זייערס... און די געלאסענע זייערס... אבער ס'שאדט נישט אביסעלע ישוב הדעת בכל עת, כדי נישט נכשל צו ווערן און יענעם חלילה אראפרייסן בחינם אין כסף.
האט אלע א פרייליכע עיבור יאר...
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.