מאת סאטמארי
וועגן דעם האט רבינו קודש הקדשים אויפגעשטעלט די הייליגע מוסדות על טהרת הקודש בדם לבבו אין ב"ב??? כדי צו מחנך זיין אונזערע קינדער דורך מלמדים פון פרעמדע קרייזן וואס נעמען א טייל און די טמא'נע וואלן און זענען נישט נתחנך על פי דרך אבותינו ורבותינו?!?!?!
*אנקעטע אויפדעקונג*
*וועם
וועט מען נעמען אלט'ס ממלא מקום (סאבסיטוט) און ת"ת סאטמאר בני ברק? א
היימישע אינגערמאן מחשובי לומדי כולל עצי חיים אדער א אינגערמאן פון די
פרעמד, וואס גייט צו די טמא'נע וואלן???*
א
אינטרעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט די לעצטע וואך אין ת"ת סאטמאר שיכון
קרית יואל בני ברק ווען איינע פון די מלמדים האט ב"ה געמאכט א שמחה האט
ער גערופן אלטס ממלא מקום א היימישע אינגערמאן מחשובי לומדי כולל עצי חיים
ומיוצאי ישיבת מהרי"ט זאל אים קומען איבער נעמען אויף אפאר שעה.
דער
ממלא מקום קומט אן אין כיתה, און דער מלמד דער בעל שמחה קאלט אים אן און
אנטשולדיגט זיך, אז דער מנהל האט אים געקאלט און אפיר געהאלטן, 'היתכן ער
ברענגט אליין א מ"מ' און אויסגעפירט בזה"ל "זאג פאר דעם וואס די האסט
געברענגט זאל שוין אפלאזן דאס פלאץ". וכך היה.
ביז אהער קען מען נאך פארשטיין.
*אהה!!! אבער ברענגען א אנדערע ממלא מקום וואס געהערט נישט צו אונזער 'חיידר' ???
היתכן???*
וועגן דעם האט רבינו קודש הקדשים אויפגעשטעלט די הייליגע מוסדות על טהרת הקודש בדם לבבו אין ב"ב??? כדי צו מחנך זיין אונזערע קינדער דורך מלמדים פון פרעמדע קרייזן וואס נעמען א טייל און די טמא'נע וואלן און זענען נישט נתחנך על פי דרך אבותינו ורבותינו?!?!?!
נאכ'ן אביסל
דערגיין די זאך האט זיך אויפגעוויזן 'ליידער' אז דער אינגערמאן איז איינע
פון די 90% פון סאטמארע קהילה אין ב"ב וואס זענען אויף די זייט פון מורינו
הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א
יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס ער קען נישט דינען אלט'ס מ"מ ?!
יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס ער קען נישט דינען אלט'ס מ"מ ?!
*# למען חינוך בנינו לא נשקוט*

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.