אל רומע''כ יקירנו המופלא איש חי ורב פעלים לחיזוק חומת הדת המשפיע הדגול כשמן תורק שמו כש''ת הרב חיים שאולזאהן שליט''א
יארן
צוריק האט מען אונז געלאדנט אויף א "מצוה בר-מצוה" נו נו פארוואס נישט..
אבער נאך אפאר מינוט האב איך גענומען הענד און פיס און געמאכט די פליטה..
ווייל איך האב נישט געקענט אויסהאלטן דעם געמיינעם חסד-שטונק וואס האט
דארטן אין יענעם כלומר'שט תורה'דיגע חסד שטוב ג'סראחעט.
אבער
ליידער ליידער די יארן האבן מיר שוין פיין צוגעוואוינט צו עהנדליכס און
פיהל ערגערס. מיין דור געדענקט נאך די נאיוויטעט פון די פארצייטישע ערליכע
גבאי צדקה און גבאי'טעס און אויך די 'ישיבת-מיר' פרימיטיווע שנאר געשעפטן.
מאנכע האבן געהאט פאסט-קעסטליך וועלכע האבן געשיקט בריוון און געשנארט
דאלארן אונטער א טוץ נעמן, ווי חברת תהילים, חברת משניות, אוכלי שלשודעס,
זקנים וחולים, אלמנות ויתומים מעות חיטין יובלות ושמיטין וכדומה.. מיר האבן
געצויגן מיט די פלייצעס, זיך אונטערגעשמייכלט.
איך
געדענק נאך רבי דויד ברסלבר'ס מעשה'לה מיט'ן אמריקאנער פעטער וועלכער איז
צו איהם געקומען מיט זיין רונדן בויך און גראבן צוגאר, אנקוקן די בארפיסיגע
יתומים וועלכע עסן פון די מיסט.. פאר וועלכע ער האט געשיקט זיינע יערליכע
פייף דאאאלערס. און ער האט איהם שיין הערויסגעפיהרט צום מיסטבארג אין חצר,
און געוויזן אויף די מאגערע בארפוסע הינער, וועלכע זענען נעביך יתומים זינט די אראבער האבן געשאחטן זייער מוטער..
אזא
מין פנים האט דאס געהאט אין די תש''י און תש''כ יארן. אבער בימינו האט זיך
שוין דער שנאר פארוואנדלט צו ביג ביג-ביזניס, א מיליאנערסקע ראפינירטע
ביזניס. אבער איך וועל זיין אויפריכטיג און זאגן דאס איך האב נישט קיין
רחמנות אויף די נותנים, און פארגין זיי די מאכערס די מקבלים.. סוכ''ס ס'איז
דעם נותן'ס פליכט צו זיכערמאכן דאס זיין געלט דערגרייכט אמת'ע נצרכים. און
אוואו נאך קענען די מאכערס מאכן ערנסטע געלט מיט א קליין אינוועסטמענט..
דא
אין ענגלאנד קינדער מיט ספעציעלע נויטן זענען טאקע א גוטע געשעפט, בבחינת
שמאלץ-גרוב ממש. די ממשלה און אלע אמטן גיבן ברייטהארציג, און דער ציבור
גיט אהן צו וועלן וויסן צו וואס און צו וועהם ווערן די הכנסות דירעקטעט.
אבער וכל זה אינו שווה להם פאר די הונגעריגע געלט-חזירים, זי נוצן כסדר די
בילדער פון די אומשולדיגע קינדער אין די פובליקאציעס פאר זייערער
קאמפולסיווע שנאר אקטיוויטעטן.
אוקיי,
איך האב קיינמאל נישט געקויפט די בובא מייסעס פון די היימישע חסדים. רוב
מענשהייט זענען עגואיסטן, און אפאר גוטע נשמות מאכן זיך ביי די פרייע אויך.
און איך ווער שוין מער נישט נתפעל פון הארצלאזע 'היימישע' געמיינהייט און
פארגרעבטקייט. אבער למען השם, דער דאזיגער שוויין קולטור האט אין אונז אזוי
איינגעפרעסן אז ס'איז שוין מער נישטא ווער ס'זאל זיי שטעלן אויפן פלאץ,
און זאגן מי איכא מידי דלנכרי אסור ולישראל שרי?! ס'זענען דא זאכן וואס מען
טוהט נישט! פארוואס מוזן היימישע אידן זיין מער פארגרעבט ווי די חילונים
און די גויים!!
און יעצט
ליינען מיר איבער'ן הימל געשריי מיט די אלמנות אין ארץ-ישראל. הוי שומו
שמים על זאת, און אויב אלמנות ויתומים זענען מער נישט הייליג. מיט וואס
זענען מיר געבליבן?! מיט רבי'שע קאלפיקעס? מיט פוילע שטיק? מיט'ן זיצן און
קוועטשן דעם וואו פון ויזתא? האפקען ימים'ס פאר די גידיילים.. הוי מרא
דאברהם, טאטע אין הימל אנה אנו באים..
יהודי פשוט
לאנדאן

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.