טייערע יודען!!!!!!! !!!
מען דארף שוין נישט פארן קיין מירון אדער ליזענסק צו פויעלען ישועות
עס
גייט פארקומען א נסיעה קדושה צום הייליגען בית הקברות אין די שטאט בית שמש
מחתם גולנוביץ דארט וויא עס איז ליגען שוין טויזענטער יארן צדיקים
וקדושים די הייליגע זיידעס פון הגאון רבי דוד שמידל מיט די זיידעס פון זלמן
לייב פילאפף מיט זיין ברודער הרב מנשה אויך די זיידע פון טודרוס זילבער
סדר הנסיעה
קודם וועט מען נעמען ברכת הקודש מנהמת לב טהור פון אדמוו"ר רז"ל מסאטמאר
נאכדעם
וועט מען ארויספארן צום הייליגען פךאץ פון וויא מען האט ארויסגענומען די
עצמות קדושות וואס קדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבוא די קדושת בית הקברות מיט די
טומאת בית הקברות צוזאמען גייט קיינמאל נישט אוועק פון דארטן
ווייל מען האט נישט באצאלט טבין ותקילין פאר די אתרא קדישא וטומאה
און נאכדעם וועט מען אויסשרייען דעם ביטערען אויסגעשריי
טודרוס וועט נאכמאכען דעם אלטן סאטמארער רבין און וועט שרייען
גיוואלד!!!!!!
חוזק היינו !!! נער הייתי !!!! אונדז זענען מיר געבליבן אפגעשמיסענע נארנים און חוזק
די גאנצע יודישע וועלט פארלאזט זיך אויף הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א פוסק הדור און מחבר פון צענדליגע ספרים להלכה
און
יעצט נאכדעם אזוי וויא עס איז אויך ערשינען א מכתב קודש פונעם רשכבה"ג רבי
חיים קניבסקי שליט"א אז מען מעג דארטן וואינען אפילו כהנים איז דאס ביים
כלל ישראל א פסק הלכה פונקט אזוי וויא עס וואלט בפירוש געשטאנען אזוי אין
הייליגען שלחן ערוך .
און אזוי איז אויך די מיינונג
פון כלל ישראל האדמורי"ם מתולדות אהרן ומתולדות אברהם יצחק האדמורי"ם
מוויזניץ האדמורי"ם מבאבוב האדמו"ר מגור
יעדער פייפט
אהן סאטמאר אפילו די אויערבאךניקעס לאכען זיך אויס פון אתרא קדישא פינסטערע
מערכות זיי זענען נאר דא אויסצומעלקען די געלט פון די סאטמארע שוטים וואס
לאזען זיך מעלקען אזוי וויא בהמות .
פארטס
נישט מער אויף מירון אדער ליזענסק דאס בית החיים אין מחתם גולנוביך ליגען
דאך אזאלכע גרויסע צידיקים וואס קיינער ווייס ניטאמאל ווער למעלה מהשגתינו
נאך
א סאך בעפאר תלמידי בעש"ט זי"ע א סאך בעפאר די תנאים ואמוראים נאך אפילו א
סאך בעפאר די אבות הקדושים אפילו נאך בעפאר מתושלח פון די עשרה דורות
נו! שטעלט אייך פאר די קדושה !!!!
די ווייטאג פון סאטמאר און די אתרא קדישא שווינדלער איז דאך אים איז דאך אין לשער
ויה"ר אז איבעראל זאל מען זיי אנפייפן
איך
געדענק אז ווען דער ברך משה מסאטמאר מיט אליעזר קעסטענבוים האבען
אפגעקויפט די שכונה נעבן עזרת תורה האט מען אויך געשריגען אז איז דא ביינער
און א בית הקברות
האט
סאטמאר געוווארענט אז דער וואס וועט פארפירן דעם וועט מען אנהאקען די
ביינער און מען וועט קענען אויסמישען זיינע ביינער מיט די טויטע ביינער
און יעדער איז שטיל געווארן
יעצט ווייזט מען זיי א פייג ברוך השם

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.