רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 15 במרץ 2019

סאטמאר זענען געווארן אויס קנאים

יעדע לאנד כמעט איז אמאל געווען מושל בכיפה

בימי דוד ושלמה איז ארץ ישראל געווען
מצרים איז געווען 
בבל בימי נבוכדנצר
רוים אלע יארן
דייטשלאנד
פראנקרייך
ענגלאנד וכדומה

יעדער האט זיין צייט

ביי קנאות איז אויך אזוי
בעלז זענען אמאל געווען די וועלטס קנאים

מונקאטש זענען אמאל געווען די קנאים

וכדומה קוק היינט וואס זיי האלטן

דאס זעלבע איז סאטמאר

מילא די אהרונים זייער רבי איז דאך פשוט א איידעם ביי איינעם פון הויפט אגודיסטן און הולכי לבחירות און געלט נעמערס פון די מדינה הטמאה

וועגן דעם האבען זיך א סאך יודען אפגעטיילט זיי האבען געוואלט בלייבן קנאים

אבער דערווייל האט זיך זלמן לייב מיט סאטמאר צוגעשטעלט ביים כינוס כלל ישראל מיט ציוניסטן אגודיסטן דער הויפט רעדענער איז געווען הרב סג"ל דער גרעסטער חסיד פון מרן רבי אריה לייב שטיינמאן ז"ל און אלע סאטמארע זענען דארטן געזעצען
רבי לייבוש לייזער פשעווארסק זייער הויפט מורה דרך האט גערופן דעם גורער רבין קיין וויליאמסבורג בראש שמחתו און געוויזן אז אגודה מיט בחירות איז כשר וישר

יעצט גייט סאטמאר מאכען א פאראד פאר די גדולים פון ארץ ישראל די אויבערבאךס  הרב אשר דויטש און זיין ברודער וואס זיי האלטען בכלל פון די מדינה הטמאה זיי לאכען זיך אויס פון גאנצן ויואל משה 
דא האט איר א בריעף וואס זייער טאטע רבי בנימין זאב דויטש האט געשריבען וועגען דעם טאג יום העצמאות ה' אייר און  דאס איז נאך אלץ די שיטה פון זייערע קינדער די ראשי ישיבה אז יום העצמאות איז א פרייליכער טאג פאר כלל ישראל 
און סאטמאר זאגט און שרייבט יעצט פאר זייערע חסידים אז די  וואס האלטן פון די מדינה דאס זענען רבותינו שבארץ ישראל

די גרעסטע געלעכטער אלע סאטמארע בחורים און יונגלעך זעהן אז צו האבען א מדינה איז גארנישט קיין עבירה רח"ל

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.