רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 15 במרץ 2019

סאטמאר רבי רבינו יואל זצ"ל האט זיך מיאוס טועה געווען רח"ל

מען זעהט אז אויף אלע גאסען און עלעקטריק פאולס אין וויליאמסבורג וויא אויך אין אלע בתי מדרשים הענגן ריזיגע טאוולען אז עס גייט פארקומען א מסע הגדולים פון רבותינו מארץ ישראל הגאונים הגדולים וראשי ישיבות פון די אויערבאך עץ פארטיי וואס סאטמאר מהרז"ל גרייט פאר זיי פאר א מלכותדיגען קבלת פנים אין א ריזיגען זאל בהשתתפות אלפי חסידי סאטמאר ובראשם רבנן ותלמידיהון , מען האט פאר זיי און זייערע גבאים באצאלט פירסט קלעס אירפלעין טיקעט כראוי לכבודה של תורה

פון דעם זעהט מען קלאר און דייטלעך אז דאס וואס דער רבי רבינו יואל ז"ל האט אייביג געשריגען ביי זיינע דרשות אז די אלע וואס נעמען געלט פון די מדינה הטמאה וועלן סוף כל סוף אפפארען פון יודישקייט ,   יעצט  קען מען זעהן קלאר דער פאקט איז פונקט פארקערט

אז א עדה אידען וואס האבען אלע יארן גענומען געלט פון די מדינה הטמאה מלא חפניים און געגאנגען צו די בחירות הטמאות ל"ע  דערווייל  האט זיך אויסגעלאזט אז נישט נאר וואס זיי זענען נישט אפגעפארן נאך אדרבה פארקערט. זיי זענען געווארן גדולי עולם און נאך מער זיי זענען גאר די רבותינו פון די סאטמארע חסידים
פון דעם זעהט  מען אז געלט נעמען פון ציונים שאדט גארנישט אדרבה ווען מען וויל הערט מען בכלומערשט אויף און מען ווערט א צדיק יסוד העולם דער רבי פון די סאטמארע חסידים

א לימוד לדורות

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.