רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 17 ביולי 2018

אנשי מייזליש לא נשארים חייבים ומכים באנשי ראטער

מאת סאטמארי

די תשובה צודעם 👆
הכחשת השמש בצהרים # 4

פאר מיר וועלן פארענטפערן די שקרים וואס יואלי דאסקאל שרייבט קעגן וועלוי מייזליש, [ וואס ער שרייבט אלס נקמה וואס ער האט זיך געשווארן און עם] וועלן מיר קודם קלאר שטעלן אזוי.

דעס אז די כת מבזי רבינו האבן גענומען דעם רבין און ניצן זיין כבוד, פאר זייערע ביליגע שריטן און מעפארשעמט דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט מיט א מיסע דרשה קעגן זיין בן אחותו, דעס וועט קיין סאטמאר'ע חסיד און די וועלט נישט מוחל זיין.

דעס איז קלאר אז 90% פון די קהילה און בני ברק אלט, אז וואס רבינו שליט"א זאגט און דע נושא איז נאר נאך וואס ער הערט זיך און מיט שקרים פון חיים שלמה און העצער שטיין וכת דילי די כת מבזי רבינו, און סי וועט נישט העלפן גארנישט צו צוריק געבן די שליסל פאר דעם טעראריסט חזקל ראטער צו פירן די הערליכע שיינע קהילה וויל דער עולם ווייסט דעם אמת.

איר קענט אראפ קומען קיין בני ברק און פרעגן דעם עולם וואס מעוויל, ראש ישיבה אדער חזקל..  און איר וועט אלעס געוואר ווערן...

לאמיר גיין צום פוינט, יואלי דאסקאל שרייבט אז חזקל שטיצט דעם ראש ישיבה, לאמיר צונעמען אביסל די זאך, ווייל מיר בני ברק'ע אידן האבן נישט מורא צו פארציילן פאר די חושבע אמעריקאנע אידן די שטיצערס פון אונזער הייליגע קהילה דעם ריינעם אמת, און זיי זאלן וויסן ווי צו געבן זייער טייערע געלט.

האסט געשריבן וועגן סעודת מיט די בחורים, פארוואס זאל ער נישט וואטער עסן מיט די בחורים אזווי אלע יארן ? די בחורים פאדערן עס און ווארטן אויף דעם, האט דע רבי געזאגט אז ער איז ראש ישיבה אדער נישט ???

די פאקט אז מעוויל ארויס ווארפן חזקל ראטער פון די מוסדות איז אמת, אבער נישט די חושבע משפחת מייזליש, דעס ווילן די אלע חברי הקהילה און בני ברק, יא, חזקל ניצט זיך מיטן רבינ'ס מוסד ווי א נכס פרטי, ווי כאילו ער האט עס באקומען בירושה, צו ווייסט איינער צו זאגן ווער האט ממנה געווען חזקל פאר מנהל המוסדות ? איינער האט עפעס א דרשה פון דעם ? קיינמאל, ער האט זיך משתלט געווען אויף דע גאנצע מוסדות אליינס בכוח עצמו מיט טעראר !!!

חזקל ראטער איז גרייט צו מבזה זיין רבינו שליט"א און די גאנצע וועלט אלס העיקר ער זאל בלייבן אויף זיין שטעלע.

די שרייבסט אז חזקל האט באצאלט די "גאנצע" הוצאת החתונה דעם ווינטער, האסטו פארציילט פאר די אמעריקאנע אידן אז סאיז געווען גרייט געלט אויפן טיש און חזקל האט נישט געלאזט בשום אופן אז א אנדערער זאל באצאלן נאר ער אליין און געשטארשעט מיטן רבינס כוח.... ? האסטו פארציילט פארן עולם אז סאיז געווען צענדליגע נגידים פון חו"ל וואס האבן געגעבן פרייוועט געלט פארן ראש ישיבה כדאי סי זאל נישט אריבער גיין דורך חזקל'ס הענט? צו ווייסט דער עולם אז דער ראש ישיבה האט נישט געקנט מכבד זיין איינע פון די חושבע געסט, א נאנטער ידיד, מחשובי נגידי קהילתינו פון ב"פ, ווייל חזקל האט נישט געלאזט ???

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם אז חזקל האט זיך אונטערגנומען צו באצאלן די חתונה ( על אף וואס ער איז שילדיג א האלבע שטאט געלט און רובה דרובה פון די געלט איז נאנכישט באצאלט) נאר פאר דעם אז ער זאל קענען אונכאפן שטארק דעם בענקל פונעם רבין א גאנצע באזוך, און ח"ו קיינער זאל עם נישט טשעפען, און אז ער זאל קענען שלעפן דעם רבין א גאנצע חתונה אראס און אריין ווען ער וויל, כאילו דע רבי איז איד פון 90 יאר ה"י ???

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם וואס האט חזקל פונקטלעך צוגעשטעלט מיט די כאאר ימים נוראים ? ער האט געמאכט חזרות מיט זיי ? ער האט צוגעשטעלט מייק'ס ?

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם וואס האט חזקל געצאלט פאר די בר מצווה פונען ראש ישיבה'ס זון?

אפשר זאלסטו ווייזן פארן עולם די טשעקס פון די 85 טויזענט דאלער וואס חזקל באצאלט א יאר פארן ראש ישיבה ? וויל ער האט עס נאך קיינמאל נישט געזהן !

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם וואס קאסט 500 $ יעדע נאכט חנוכה, ווען יעדער בני ברק'ע איד ווייסט אז טרינקען מיט קיפעלעך קאסט נישט מער ווי 100$ איז ווי ביסטו צוגעקומען צו 500 $? אהה קען זיין אז דעס האט חזקל פארקויפט פאר די אמעריקאנע אידן ווען ער האט זיי באשנארט...


אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם אז דער "גבאי" איז חזקל'ס א מענטש, און פאר דעם באקומט ער גהאלט, צו פארציילן פאר חזקל פונקטלעך יעדער וואס קומט עפעס זיך מייעץ זיין מיטן ראש ישיבה, אזוי אז חזקל זאל אלעס וויסן ? אוודאי באצאלט ער עם, און גוט...

אפשר זאלסטו אויפהערן צו פארקויפן שקרים אז חזקל האט באצאלט טיקעטס פאר די ר"י און זיינע קינדער ?

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם פארוואס חזקל טיילט נישט געהאלט און מוסדות פאר די איינגעשטעלטע פאר קרוב צו א האלבע יאר און ניצט די געלט וואס מעשיקט עם פאר די טעראר אקציה'ס ?

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם אז דע לעצטע האלבע יאר האט דע ראש ישיבה נישט באקומען זיין מוגערע געהאלט פון 3000$ א חודש ?

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם פארוואס בני ברק הערט נישט אויף צו בעטן געלט א גאנצן טאג פאר די אמעריקאנע עולם און אינטערסאנט איז, אז מהאלט א גאנצן צייט אינטער שטעלונג מיט די געהאלט פון די כלי קודש און מוסדות און כולל ???

אפשר זאלסטו פארציילן פאר די חושבע אמעריקאנע עולם וויפל מעשטראשעט אינגעלייט \ איינגעשטעלטע און מוסדות\ און נאך פארן זינד פון גיין זיך שואל עצה זיין מיטן ראש ישיבה אדער גיין צו זיינע באטעס ?

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם אז די, יואלי דאסקאל, האסט געזאגט נאכן דרשה פון רבינו שליט"א כ"ב שבט, ווען דע רבי האט געזאגט מעזאל אופגעבן דעם כבוד הראוי פאר דעם ראש ישיבה, האסטו זיך אויסגעדריקט אז ער וועט נאך אהיים גיין מיט בלויע סימנים ?

אפשר זאלסטו פארציילן פארן עולם אז יעדע נייע זמן און ישיבה האבן די בחורים די זכייה צו באקומען א דרשת פתיחת הזמן פון דעם ראש ישיבה, אבער היי יאר ביים נייעם זמן האבן די בחורים געדארפט הערן  די פתיחת הזמן פון רבינו שליט"א ? ווייסט איינער פארוואס און לונדון, בארא פארק, און אנדעדרע ישיבות האבן די בחורים נישט געדארפט הערן דעם רבין'ס דרשה, נאר און בני ברק ? און פארוואס נאר דעם זמן ? וואס איז געווען ביז היינט ?

איז בעסער זאל די אמעריקאנע עולם פארשטיין אז סי נישט קיין מחלוקת צווישן מייזליש מיט טייטלבוים אזווי די כת מבזי רבינו ווילן עס פארשטעלן, נאר סאיז א מערכה פון אנשי שלומינו זקנים ונערים פון אונזער העליכע שיינע קהילה און בני ברק קעגן דעם ארכי טעראריסט חזקל ראטער וואס זיין האנט איז פארשמירט מיט אידש בלוט פאר די לעצטע צוואנציג יאר, דעס קענט איר פרעגן יעדן בני ברק'ע איד.

טייערע ידידים ורעים אחינו שבגולה, שטייט ווייט פון די מוסדות יטב לב קאמפעני וואס שטיצן און פירן די מלחמה מיט אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק, און איר זאלט וויסן אז יעדע דאלער וואס איר געבט זיי, גייט פאר טעראר !!!

נעקסטע מעסדעזש וועט נאכפאלגן נאך די תשובה וואס דסקל&זילברשטייין&קליין וועלן ענטפערן אויף דעם.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.